זונטאג וירא • ט' חשון תשפ"ה | בחצרות הקודש
נעכטן מוצאי שבת האט כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א משמיע געוועהן דברי פרידה פאר קהל חסידיו, זיך גרייטנדיג ארויסצופארן אויף א לענגערע מסע הקודש קיין ניו יארק לכבוד די חתונה פון א אייניקל וואו דער רבי וועט פארוויילן גאנצע פיר וואכן. בתוך דבריו האט דער רבי געלאזט הערן א קול מחאה קעגן דער ענין פון פרסום און דאס כאפן בילדער פון איהם, זאגנדיג אז דאס איז נישט לפי רוחו.
דער רבי האט געזאגט אז מען האט איהם לעצטענס אריינגעברענגט פארשידענע מאגאזינען און אויסגאבע'ס מיט זיינע בילדער, און קלארגעשטעלט אז דאס איז נישט ברשותו און איז נישט לפי רוחו. דער רבי האט באטאנט אז ווען מען גייט ארויס אין די פרעמד איז נישט דא קיין ברירה אבער כאפן בילדער דא אין ביהמ"ד, איז געוועהן קעגן דען רצון פון אביו הרה"ק בעל 'דברי אמונה' מתולדות אהרן זי"ע קעגן בילדער, דבר שהצטער בו אותו צדיק, מיט זיין שארפע התנגדות צו בילדער. דער רבי האט דערביי שארף אנגעזאגט נישט צו כאפן - און כל שכן נישט פארשפרייטן זיינע בילדער.
באזונדער האט דער רבי דערמאנט די וועכענטליכע אויסגאבע 'אנ"ש בלעטל' וואס ערשיינט דורך די קהילה, זאגנדיג אז דאס איז געאייגענט פאר אינגעלייט און בעלי בתים וכדומה וואס זענען טרוד א גאנצע וואך על המחיה ועל הכלכלה זיך צו קענען אויסלופטערן מיט ערליכע ליין מאטעריאל.
Comments