בארא פארק • יערליכע מסיבה לטובת מוסדות באבוב-45 לאנדאן בבית הרה"צ ר' שלום אונגער בן האד' מבאבוב-45
- בחצרות הקודש

- 19 בינו׳
- זמן קריאה 1 דקות
עודכן: 20 בינו׳
זונטאג פ' וארא • י"ט טבת תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: אייזיק י.
פארלאפענעם דינסטאג אווענט איז פארגעקומען אין בארא פארק די יערליכע מסיבה לטובת די מוסדות דחסידי באבוב-45 המתנוססים לתפארה בעיר הבירה לאנדאן וואו עס ווערן נתחנך הונדערטער תלמידים בלי עין הרע תחת הדרכתו ונשיאתו הרמה פון כ"ק אדמו"ר מבאבוב-45 שליט"א.
די מסיבה איז פארגעקומען אין שטוב פון הרה"צ ר' שלום אונגער שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מבאבוב 45 שליט"א וועם דער רבי האט געשטעלט בראש הקהילה והמוסדות אין לאנדאן. אין לויף פון די נאכט האבן זיך דורכגעדרייט הונדערטער אידן אחים לדעה, וועלכע האבן זיך ווארעם אנגערופן לטובת די מוסדות אין לאנדאן, בראש המסיבה האט זיך משתתף געוועהן כ"ק אדמו"ר מבאבוב 45 שליט"א וועלכע האט משמיע געווען קורצע דברות קודש און בתוך הדברים גאר שטארק משבח געווען די קהלה און מוסדות אין שטאט לאנדאן, און איבערגעלאזט ברכת קדשו פאר די חברי הנהלת המוסדות וועלכע זענען געקומען צו פארן לכבוד די יערליכע מגבית.
אין די טעג בעפאר די מסיבה זענען די חברי ההנהלה אריין אל הקודש פנימה און האבן איבערגעגעבען א באריכט פון די בליה און וואוקס פון די קהלה און מוסדות אין לאנדאן און די ווייטערדיגע פלענער להרחיב גבולי הקדושה.












תגובות