מאנטאג פ' נשא • ד' סיון תשפ"ד | בחצרות הקודש
אן אייגנארטיגע מכירה איז די וואך פארגעקומען, ווען די פריוואטע אויטא פון כ"ק אדמו"ר מביאלא זצ"ל בעל מבשר טוב , איז אריבער אונטער די בעלות פון די שטוב פון יבלחט"א כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א, און דער בעלזער רב וועט זיך אנהייבן באנוצן דערמיט בזמן כשהצדיק בדרך.
די אויטא פונעם ביאלא רבי'ן ז"ל איז געווען ספעציעל באקוועם אהערגעשטעלט מיט די פראקטישע און צוגעפאסטע איינריכטונגען וואס האט זיך אויסגעפעלט ווען ס'איז אויסגעקומען צו פארן אויף די וועגן, אויף א פארנעם מ'זאל קענען האבן לייכטע צוטריט אריין און ארויס, און עס זאל אנקומען ווי גרינגער דער באנוץ.
נאכ'ן הסתלקות פונעם ביאלער רבי'ן און די אויטא איז ארויס פון באנוץ, האט זיך פארמירט געשפרעכן צווישן די נאמני בית פונעם בעלזער רב שליט"א מיט די נאמני בית אינעם ביאלא הויף, און איבריג צו זאגן אז עס איז אויסגעדרוקט געווארן א פולע גרייטקייט און קורת רוח צו קענען אריבערפירן בעלות פון די אויטא פאר'ן מאן מלכי רבנן דער בעלזער רב שליט"א, וואס וועט זיך טאקע פון היינט און ווייטער אנהייבן באנוצן מיט אט דעם אויטא פאר אלע רייזעס.
Comments