זונטאג פ' שמות • י"ב טבת תשפ"ה | בחצרות הקודש

ששים המה גיבורים: מיט העכסטע מאס ערפאלג איז אפגעהאלטן געווארן אין ארץ ישראל א גייסטרייכע אסיפת חיזוק והדרכה פאר די אריבער "זעכציג" עוסקים במלאכת הקודש, אנגעשלאסן אין די ברייטפארצווייטגע פעולות הקירוב פונעם מוסד הק' "אור עולם" מיסודו ובנשיאותו פון כ"ק אדמו"ר מקאלוב שלט"א.
די אסיפה איז אראנדזשירט און אפגעהאלטן געווארן בראשות פון הגה"צ אב"ד קאלוב וויליאמסבורג שליט"א וואס שטייט אין שפיץ פונעם מוסד, וועלכער איז ספעציעל געקומען צו פארן קיין ארץ ישראל אנצופירן מיט די אסיפה מיט'ן ציל צו מחזק און מעודד זיין די עוסקים במלאכת הקירוב און זיי געבן די נויטיגע הדרכה און יעוץ צו קענען אנהאלטן דעם פאזיטיוון קשר מיט די איבער א האלב מיליאן נפשות ישראל אלוועלטליך וואס שיצן זיך אונטער די פליגלען פונעם מוסד אור עולם.
מיט'ן רב שליט"א איז מיטגעפארן א פמליא נכבדה פון די חבריה הנהלת המוסד פון אמעריקע, און ווי אויך איז מיטגעפארן הרה"ח ר' חיים ראזענפעלד פון די בארימטע "לאדזשיטעק" פירמע, צו אריינלערנען די עסקנים מיט די נייע סאפיסטיקירטע דאטא באזע וואס איז געווארן ערצייגט ספעציעל פאר'ן מוסד אור עולם און אירע ברייט פארצווייגטע אקטיוויטעטן.
מען האט געהערט די אינהאלטסרייכע דרשה דורך הרב אברהם נאמן שליט"א אדמיניסטראטאר פון די אפיסעס בארץ הק', און דערנאך האט מען געהערט די גאר שטארקע ווערטער פון הרה"ג ר' יעקב יוסף האגער שליט"א בן כ"ק אדמו"ר וויזניץ לאנדאן שליט"א וואס איז שטארק אקטיוו אין די פעולות הקודש פון זיין גרויסן זיידן דער קאלובער רבי.
דערנאך זענען אלע עסקנים דורכגעגאנגען צום רב וועלכער האט גערעדט בפרטיות מיט יעדן איינעם, און מ'האט געהאט די געלעגנהייט פארצולייגן שאלות וואס דער רב האט אויף אלעם אנגעצייגט בטוב טעם ודעת ווי אזוי אומצוגיין ביי יעדן פאל, ובפרט ווי אזוי צו באהאנדלען קאמפליצירטע פעלער צו קענען מצליח זיין בעבוה"ק להרבות כבוד שמו יתברך בעולמו.










Komentáre