top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' מסאטמאר שטעלט איין שטארקע כשרות מאסנאמען אין וויין-שטיבלעך אין די בתי מדרשים אין קרית יואל

מיטוואך פ' מקץ • כ"ד כסלו תשפ"ה | בחצרות הקודש

 

דער כח הכשרות אין די שטאט קרית יואל איז ווידעראמאל נתרומם געווארן, נָאכדעם ווי עס ווערן על פי פקודת הקודש פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א - אונטערגענומען שטרענגע מאסנאמען ביי די וויין-שטובלעך אין די בתי מדרשים דקהל יטב לב, וואו די חברי ועד הכשרות דקהל יטב לב, שטייען על המשמר צו פארזיכערן אז די משקאות וואס מען פארקויפט, וויין אדער ברוינפן, קומען נאך די מינימאלסטע כשרות- סטאנדארטן וואס פאדערט זיך ביי משקאות וואס קומען אריין אין אידישע הייזער. 


די פארגאנגענע וואך ליל שישי פרשת וישלח האבן די חברי ועד הכשרות, אין שפיץ פונעם רב המכשיר פונעם ועד הרה"ג רבי הערש לייב בערנשטיין שליט"א מו"ץ בקהל יטב לב דסאטמאר-וויליאמסבורג, אפגעהאלטן א לענגערע אסיפה בבית כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, ביי וועלכן מען איז איבערגעגאנגען סטאנדארטן פון די משקאות, סיי פון די וויינען און סיי פון די ברוינפנס. נאכ'ן איבערשמועסן דעם גאנצן נושא בכובד ראש, האט מען אנגענומען די בשטימטע החלטות, וואס מען קען יא אדער נישט פארקויפן אין די געשעפטן פון די וויין-שטיבלעך נעבן די מקוואות פון די בתי מדרשים. 


לאור קריאת הקודש איז אויף די וואך זונטָאג געווען פאררופן א ספעציעלע אסיפה מיט אלע שמשים פון די בתי מדרשים דקהל יטב לב אין קרית יואל, כדי אראפצושטעלן די פרישע סטאנדארטן ביי א לע וויין-שטיבלעך. די אסיפה איז אפגעאהאלטן געווארן אין איינס פון די שמחה-זאלן בביתו נאוה קודש פונעם סאטאמרער רבי'ן שליט"א אויף אוהעל קט. און עס איז געווען א מחזה הוד מיטצוהאלטן אזא שיינעם פארזאמלונג פון חשוב'ע אנשי שם, יראי ה' וחושבי שמו, וואס דינען אויף זייער פאזיציע אלס שמשים פון די בתי מדרשים. בראשם האבן זיך אנגעזען די חברי ועד הכשרות, ועל צבאם כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, ווען דערביי האט דער רבי שליט"א משמיע געווען מאמרותיו, און ארויסגעברענגט פאר די שמשים דעם אחריות וואס עס ליגט אויף זיי ביים פארקויפן די משקאות, נאכדעם וואס אסאך אידן זענען נישט באקאנט מיט'ן מציאות הדברים, און פַארלָאזן זיך בלינדערהייט אז דאס וואס עס ליגט אויף די פאליצעס איז כשר, איבערהויפט נאך אין אזא שטאט ווי קרית יואל, ווי די איינוואוינער זענען אלע יראים ושלמים, און מען דארף זען צוצושטעלן פאר'ן ציבור נאר דאס וואס ס'איז גענצליך כשר למהדרין מן המהדרין. דער רבי שליט"א האט אויפגעפאדערט פון די שמשים, זיך צו האלטן גענצליך צו די פארשריפטן פונעם ועד הכשרות, און נישט זיך ברעכן פאר אזעלכע וואס וועלן מעגליך פארלאנגען אז מען זאל פארקויפן אויך דאס וואס דער ועד הכשרות ערלויבט נישט. 


דערנאך האט אויפגעטרעטן דער רב המכשיר הרה"ג רבי הערש לייב בערנשטיין שליט"א, וועלכער האט לענגער אויסגעשמועסט מיט די שמשים, דעם גאנצן השתלשלות, וויַאזוי דער ועד הכשרות האט זיך אריינגעלייגט אין דעם נושא, און די וויכטיגייט פון האלטן אן עינא פקיחא אויף יעדן איינציגסטן פלעשל וואס מען פארקויפט אין די שטיבלעך, אז עס זאל זיין הונדערט פראצענט אויסגעהַאלטן, דערביי האט ער אויסגעשמועסט מיט די שמשים די פרישע סטאנדארטן וואס ווערןא ראפגעשטעלט, און די שמשים האבן בַאקומען א דעטַאלירטע רשימה פון די משקאות, ווָאס מען מעג יא אדער נישט פארקויפן אין די וויין-שטיבלעך, ווי אויךאנווייזונגען ווָאס צו טון מיט די משקאות וואס מען האט שוין פון פריער. אין די טעג זענען די שמשים פארנומען מיטן מסדר די שטיבלעך לויט די פרישע סטאנדארטן ווָאס זענען אוועקגעשטעלט געווארן, און בעזהשי"ת ביז געציילטע וואכן, וועלן די שטיבלעך שוין זיין אוועקגעשטעלט לויט דיפונקטליכע סטאנדארטן פונעם ועד הכשרות דקרית יואל, צום פולסטן צופרידענהייט פון די אלפי תשבי העיר ומתפללי ביהמ"ד הגדול.





Commentaires


bottom of page