דאנערשטאג פ' וישלח • י"ז כסלו תשפ"ד | בחצרות הקודש
כלל ישראל איז טיף אויפגעשוידערט נאכן ערהאלטן די פארווייטאגטע נייעס איבער די שוידערליכע טעראר אטאקע וואס האט ליידער פאסירט היינט צופרי ברחובה של עיה"ק ירושלים וואו עס זענען אומגעברענגט געווארן דריי אידן ל''ע און נאך עטליכע זענען פארוואונדערט געווארן דורך די בלוט דארשטיגע רוצחים ימ"ש, ווען דריי חשוב'ע משפחות בישראל זענען אזוי טראגיש פַאראומגליקליכט געווארן פון איין מינוט אויף די אנדערע און זענען ליידער נתבשר געווארן מיט אזא ביטערע בשורת איוב.
אבל יחיד עשי לך, דער ווייטאג איז בפרט גרויס ביי חסידי בעלזא, הערנדיג די אויפשאקלענדע נייעס איבער די פטירה פון די בארימטע דיין הגאון החסיד הקדוש רבי אלימלך וואסערמאן זצ"ל השם ינקום דמו וואס איז ליידער אוועקגעריסן געווארן, נשפך דמו כמים, דורך די בני בליעל אויף גאר א טראגישע פארנעם, אין עלטער פון 73 יאהר.
די חשובער דיין איז געבוירן געווארן ב' כסליו תשי"א אין חיפה צו זיין פאטער הגה"צ רבי אלטר ישראל זצ"ל אב"ד נווה דוד חיפה מגזע היחס נו"נ לצדיקי בית בעלזא און פרימישלאן ולמעב"ק, אין זיינע בחורישע יאהרן האט ער געלערנט אין ישיבת יחל ישראל סערט וויזניץ אין חיפה.
בהגיע לפרקו האט ער חתונה געהאט מיט זיין חשובע רעבעצין א טאכטער פונעם עמוד החסד בדורינו הגאון הצדיק המפורסם רבי אשר פריינד זצ"ל, נאך די חתונה האט ער געלערנט אין כולל לדיינות הרי פישל אין ירושלים וואו ער איז נסמך געווארן לדיינות, עפ"י בקשתו פון רבו כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א איז ער אויפגענימען געווארן אלס דיין אין בית דין מחזיקי הדת לעניני ממונות אין ירושלים און בשנת תשע"ו איז ער אויפגענימען געווארן אלס דיין אין בית דין הרבנות הראשית אין אשדוד.
די דיין איז געווען באקאנט מיט זיין געוואלדיגער כח ההוראה און פסק, און אלס א בקי בש"ס ופוסקים, גאון בתורה ויושב רבות בשנים להורות דבר הלכה צדק ומשפט, און צוגאב איז ער געווען א געוואלדיגע איש חסד, אין פלעגט ארויסהעלפן פילע נויט-באדערפיגע משפחות אלעס באשיידן אין באהאלטן, שייף עייל ושייף נפיק ולא מחזיק טיבותיה לנפשיה.
היינט צופרי זייענדיג אויפן וועג צום בית דין אין אשדוד כמדי יום ביומו איז די דיין ליידער טראגיש אומגעברעגנט געווארן דורך די רוצחים ימ"ש לדאבון לב מכיריו ומעריציו וכל בית ישראל.
די לוי' קומט פאר צוויי אזייגער נאכמיטאג פון שטוב פון זיין שווער הגה"צ רבי אשר פריינד זצ"ל אויף רח' דון יוסף הנשיא און וועט אריבערגיין פארנט פון בית מדרש הגדול אין קרית בעלזא אין ירושלים, אויפן וועג צום הר המנוחות, ווי טויזנטער אידן און חסידי בעלזא וועלן באגלייטן די חשובע נפטר למנוחת עולמים. אין די זעלבע צייט טוט כלל ישראל באוויינען דעם שבר על שבר יחדיו יודבקו מיט די פאלוסט פון נאך צוויי נשמות טהורות, די מחנכת מרת חנה איפרגן הי"ד מנהלת בית יעקב, און נאך א יונגע פרוי מרת ליביה דיקמאן הי"ד וועלכע זענען אזוי טראגיש און פריצייטיג אומגעקומען ביים טעראר אטאקע צום ווייטָאג און צער פון די חשובע משפחות און גאנץ כלל ישראל, וועלכע האט שווער אויפגענומען די בשורת איוב.
כלל ישראל שרייט אויס: אָבִינוּ מַלְכֵּנוּ עֲשֵׂה לְמַעַן הֲרוּגִים עַל שֵׁם קָדְשֶׁךָ; השי"ת זאל געבן די ריכטיגע כוחות פאר די משפחות פון די אומגעקומענע זיך צו קענען טרייסטן, הוא ינקום נקמת דם עבדיך השפוך, ועליהם השלם כל הקרבנות כולם, ומי שאמר לעולמי די יאמר לצרותינו די.
Comments