מיטוואך פ' חקת בלק - ט' תמוז תשפ"ג | קול בחצרות
ברגשי גיל וחדוה גרייטן זיך הונדערטער וויזניצע חסידים תושבי ענגלאנד צו מקבל זיין את פני הקודש פון רבם ומאורם מרן אדמו"ר מויזניץ שליט"א, וועלכער וועט אנקומען בשערי העיר אויף א געהויבענע ביקור קודש, ביקור חיזוק בקרב עדת צאן מרעיתו תושבי ענגלאנד, צו משפיע זיין פונדערנאנט און געבן די געלעגנהייט פאר די חסידים זיך צו מסתופף זיין בצל הקודש.
די באזוך פונעם רבי'ן וועט זיין דעם קומענדיגן פרשת מטות מסעי, ווען דער רבי וועט זיין אונטערוועגנס קיין חלדודנא אויף אפרוה. דער רבי וועט מקדיש זיין א גאנצע וואך צו משפיע זיין מהודו והדרו אויף קהל חסידיו תושבי לאנדאן והגלילות, און געבן די געלעגנהייט פאר די חסידים אריינצוגיין איש וביתו אל הקודש פנימה לברך ולהתברך ולשמוע את דבר השם.
לויטן פלאן וועט דער רבי זיך ארויסלאזן אויף די געהויבענע נסיעה דעם קומענדיגן זונטאג פרשת מטות מסעי הבא עלינו לטובה, דער רבי וועט אנקומען קיין לאנדאן און באזוכן אין די קהילות און מוסדות דחסידי ויזניץ אין שטאט, מאנטאג וועט פארקומען א מעמד קבלת פנים רבתי לכבודו פונעם רבי'ן, און דערנאך וועט דער רבי ארויספארן אויסער די שטאט אין א ספעציעל אפגעדינגענע האטעל, וואו דער רבי וועט זיך אויפהאלטן די קומענדיגע וואך, און אויפנעמען דעם ציבור חסידים אויף א ספעציעלן סדר.
די הויכפונקט פון די ביקור קודש וועט זיין די געהויבענע שבת התאחדות פון כלל חסידי ויזניץ תושבי ענגלאנד, וואס נעמט אריין די שטעט לאנדאן, מאנטשעסטער, אריינגערעכנט אלע היימישע געגנטער ווי סטעמפארד הילל, גאלדערסגרין, קענווי איילענד, און וועסטקליף, ובכל מקום אשר דבר המלך ודתו מגיע.
די גאנצע שבת וועט זיין איין שטיק התרוממות הנפש ווען די חסידים וועלן האבן די זכיה זיך צו דערווארעמען לאורו הגדול פונעם רבי'ן, און נאך שבת וועט דער רבי ממשיך זיין די נסיעה קיין חלדודנא, ביז דעם קומענדיגן חודש אלול ווען דער רבי וועט זיך צוריקקערן קיין ארץ הקודש לקראת די ימים הנוראים הבאים עלינו לטובה.
Commenti