top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

חצר הקודש לעלולב גרינדעט "וועד הדירות" צו דערלייכטערען דירות קריזיס אין בית שמש

מיטוואך פ' עקב • י"ז אב תשפ"ד | בחצרות הקודש

 

אין צייט וואס דער היימישער אידנטום אין ארץ ישראל פלאגט זיך אין די לעצטע יארן מיט א שרעקליכע דירות קריזיס, און טויזנטער אידן האבן זיך שוין באזעצט אין די ווייטע שטעט און שטעטלעך אין צפון ארץ ישראל און אין אנדערע געגענטער וואס האט זיך ארויסגעשטעלט אלס די שענסטע חסיד'ישע געגנטער, וואס האט געצויגן צו זיך מסלתה ומשמנה פון שלומי אמוני ישראל, זענען אבער נאך דא טויזנטער אידן וואס ווילן נאך פארבלייבן אין די מער באוואוינטע שטעט, ווען איינס דערפון איז טאקע די שטאט בית שמש, וואס האלט אין איין וואקסן און שטייגן מיט נאך און נאך טויזנטער דירות.


איצט איז געקומען די רייע פאר קהילת לעלוב וועלכע פלאגן זיך אויך מיט די הויכע פרייזן צו קויפן א דירה אין דער שטאט בית שמש, אין ליכט פון דעם האבן זיך די עסקנים און רבנים פון די דירה קאמיטע פון קהילת לעלוב אין שטאט אראפגעזעצט מיט ריעל עסטעיט ספעציאליסטן און אדוואאטן צו אויסארבעטן א רייע תקנות וואס וועלן אי"ה ברענגן א דערלייכטערונג פאר די לעלוב'ער חסידים צו זיך קענען איינהאנדלן א דירה פאר א צוגענגליכע פרייז. עס איז ארויסגעשטעלט געווארן א ליסטע פון דירות צו פארקויפן אויף נידריגע פרייזן ביז 2.5 מיליאן שקל פאר א דירה וואס פארמאגט פינף צימערן, עס וועט נאר ערלויבט ווערן צו קויפן אדער פארקויפן דירות דורך די "וועד", מיטן ציל צו האלטן די נידריגע פרייזן. כדי צו פארמאגן וואו מער דירות אין די געגנט, האט די לעלוב'ער קהילה געמאלדן אז דער וואס וועט טרעפן א דירה צו פארקויפן, וואס איז נאכנישט אויף די ליסטע, און וועט דאס ברענגען צום וועד וועט באקומען 5,000 שקל אלס באלוינונג.


Bình luận


bottom of page