זונטאג פ' ויחי • ה' טבת תשפ"ה | בחצרות הקודש
א כוואליע פון פרייד האט עלעקטעריזירט די פילע הונדערטער חסידים וקהל עדת ק"ק פני מנחם, ווערנדיג נתבשר ביים מעמד הדלקת הנירות ליל זאת חנוכה, בצלו פונעם ראש הישיבה הגאון רבי שאול אלתר שליט"א, איבער די פריידיגע אפקויף פונעם בנין אדיר ומפואר פונעם ביהמ"ד הגדול דקהל פני מנחם בירושלים עיה"ק.
די בשורה מרנינה טראגט א היסטארישע דערגרייכונג אין קהלת פני מנחם, וואס איז אויפגעשטעלט געווארן מיט פינף יאר צוריק, בשנת תש"פ, און האט ביז היינט נישט פארמאגט אייגענע בנינים, נאר מ'האט זיך איבעראל באנוצט אין געדינגענע לאקאציעס, אין אלע צענטערן וואו די קהלה האט זיך אויפגעשטעלט און זיך פרעכטיג צעבליעט, אנגעהויבן אינעם תל תלפיות בירושלים עיה"ק, און אזוי אויך אין בית שמש, בני ברק, אשדוד און חיפה. אזוי אויך האט מען געדינגען לאקאלן פאר די ישיבה קטנה און ישיבה גדולה אין ירושלים.
דער צענטראלער געדינגענער ביהמ"ד אין ירושלים, וואס איז פארוואנדלט געווארן אלס קביעות'דיגער פנת יקרת פאר די הונדערטער בני הקהלה, וועלכע קומען זיך צאם מדי שבוע בשבוע אויף די מעמדי רעוא דרעוין, געפינט זיך מיום הוסדה אינעם בנין אויף רחוב יוסף זיו ביים ווינקל פון בר אילן.
אצינד איז מען נתבשר געווארן אז דער דאזיגער בית גדול וקדוש ווערט אפגעקויפט און גייט אריין לרכוש הקהלה, און ענדליך איז מען זוכה צו קומען אל המנוחה ואל הנחלה, וואו מ'וועט ווייטער האבן די זכי' צו קלאמערן בצלו פונעם ראש ישיבה ביי די געהויבענע תפילות און טישן און מעמדים במשך השנה.
דאס איז אין צוגאב צום גיגאנטישן שטח וואס איז אפגעקויפט געווארן לצורך הקהלה, נאכ'ן גרויסן אלוועלטליכן קאמפיין להקמת וביסוס הקהלה וואס איז אפגעהאלטן געווארן בשנת תשפ"א, וואס ווערט באזונדער צוגעגרייט אויפצובויען דערויף דעם ביהמ"ד הגדול דקהל פני מנחם.
ביים מעמד הדלקת נר חנוכה בצלו פונעם ראש ישיבה שליט"א, ליל זאת חנוכה, האט דער ראש ישיבה משמיע געווען ספעציעלע דברות קודש לרגל המאורע, זאגנדיג אז מ'דארף לויבן השי"ת אויף יעדע זאך, אבער במיוחד דארף מען יעצט דאנקען השי"ת פאר'ן געבן די מעגליכקייט זיך צו קענען צאמקומען אינאיינעם און אים דינען מיט הרחבת הדעת אינעם אייגענעם בנין.
דערביי האט דער ראש ישיבה אפעלירט צום גאנצן ציבור זיך אנצושליסן און נעמען א שותפות אינעם מקים זיין דעם בית ה', אז מ'זאל קענען משלים זיין דעם מקח.
נאך די דברות קודש איז אויסגערופן געווארן דורכ'ן "וועד קרן הבנין" די עפענונג פון א קאמפיין אפצוקויפן א זכות שותפות, כדי מ'זאל קענען ענדיגן שאפן די פאנטאסטישע קאסטן פונעם מקח.
אן איבערראשונג האט באנומען דעם ציבור ווען עס איז אויפ'ן פלאץ אויסגערופן געווארן די ערשטע מעגא ביישטייערונג פון א "מיליאן שקל"! דורכ'ן טפסר המרומם ר' פנחס ירט פון אמעריקע, וועלכער האט זיך ארויסגעשטעלט אלס נחשון צו עפענען דעם מגבית, לע"נ ידידו איש החסד ר' יענקל מענדלסאהן ז"ל.
קנאת סופרים תרבה חכמה, האבן זיך דערויף ספאנטאן אנגערופן פרישע נדיבים בעם, ווען אויפ'ן פלאץ האט זיך געמאלדן הגאון רבי שמואל הערמאן ראש ישיבת נצח ישראל, ביישטייערנדיג א גאנצע "מיליאן דאלאר", לכבוד התורה ולכבוד הראש ישיבה שליט"א.
Comments