top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

הַזְכִּירוּ לְפָנָיו • יארצייט פון הרה"ק בעל 'עקבי אבירים' מסאדיגורא זצוק"ל בצל נכדו מ"מ האד' מסאדיגורא

מאנטאג פ' וארא • כ' טבת תשפ"ה | בחצרות הקודש

 

דעם מוצאי שבת לרגל די 12'טע הילולא קדישא פון כ"ק אדמו"ר הרה"ק בעל 'עקבי אבירים' מסאדיגורא זיע"א, האט נכדו ממשיך דרכו וממלא מקומו כ"ק אדמו"ר מסאדיגורא שליט"א אפגעראכטן דעם שולחן הטהור וסעודת הילולא אינעם היכל הטישן בחצר הקודש סאדיגורא, וואו דער רבי שליט"א האט זיך געוואשן צום שולחן הטהור, מסיים געווען ש"ס, און משמיע געווען אמרי קודש במשנתו של בעל ההילולא, נאכן טיש איז די גאנצער ציבור דורך וואונטשן לחיים.


זונטאג פארמיטאג בעצם יומא דהילולא איז דער רבי שליט"א תיכף נאך שחרית ארויסגעפארן צום ציון אויפן בית החיים נחלת יצחק אין גבעתיים, אין באגלייטונג פון א מנין מצומצם וואו דער רבי האט א לענגערע צייט שופך שיח געוועהן ביים ציון הק' לישועת הכלל והפרט. נאכמיטאג איז פארגעקומען די מעמד עלייה לציון וואו דער רבי האט צום צווייטן מאל פוקד געוועהן דעם ציון הק' בראש קהל חסידיו. ווי יאהר יערליך האט די רבי געדאווענט תפילת מנחה אין די סאדיגורא ביהמ"ד אין תל אביב - בית מדרשו של בעל ההילולא, אויפן ארט וואו דער רבי זצ"ל דער 'עקבי אבירים' האט אפגעראכטן זיין עבודת הקודש צענדליגע יארן ביז ער האט זיך אריבערגעצויגן קיין בני ברק. דער רבי שליט"א האט דארט אפגעראכטן א שולחן לחיים לכבוד היום, און מכבד געוועהן די זקני החסידים און חשובי המתפללים אין ביהמ"ד צו דערציילן עובדות און סיפורים וואו מ'האט מעלה געווען זכרונו הבהיר וצדיק מה פעל.


אין די סאדיגורא ביהמ"ד אין שטאט לעיקוואד איז געפראוועט געווארן א שיינעם סעודת הילולא וואו עס האט אויפגעטראטן דער גאסט רעדנער כ"ק אדמו"ר מסקולען לעיקוואד שליט"א מיט זכרונות מימים מקדם ווען ער האט געהאט די זכיה זיך מסתופף צו זיין בצילו פונעם בעל ההילולא.










Comments


bottom of page