top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

שר וגדול נפל בישראל • תורה וועלט באוויינט גרויסן פארלוסט פון הגאון רבי ברוך ווייסבעקער זצ"ל ראש ישיבת 'בית מתתיהו'

דאנערשטאג פ' יתרו • כ"ב שבט תשפ"ד | בחצרות הקודש


מיט גרויס צער אין טרויער איז אויפגענימען געווארן די שווערע בשורה בפרט אין די ליטווישער עולם התורה, איבער די הסתלקות לגנזי מרומים פון אחד מחשובי ראשי ישיבות, משיירי כנסת הגדולה הגדולה הגאון הגדול רבי ברוך ווייסבעקער זצ"ל ראש ישיבת 'בית מתתיהו', וועלכער איז יעצט אויפדערנאכט נסתלק געווארן לגנזי מרומים אין עלטער פון דריי און אכציג יאר.


דער ראש ישיבה זצ"ל איז געווען פון די אויסגערופענע ראשי הישיבות אין ארץ ישראל, זיין לעבן איז געוועהן איין לאנגע קייט פון הרבצת התורה, ער איז געוועהן מפורסם מיט זיין געוואלדיגן כח התורה, אין אסאך אויפגעטון לכבודה של תורה, און מדריך געווען טויזענטער תלמידים על דרך המסורה.


דער ראש ישיבה זצ"ל איז געבוירן כ' חשוון תש"א אין שטאט תל אביב, אלס בחור האט ער געלערנט אין דער פאנאוויטשער ישיבה זייענדיג א תלמיד מובהק פון מרן הרב שך זצוק"ל און הגאון רבי שמואל ראזאווסקי, אין ישיבה האט ער געלערנט בחברותא מיט יבלחט''א הגאון רבי שמואל מארקאוויטש מראשי ישיבת פונוביז. אין יאר תשמ"ב האט ער מייסד געוועהן זיין ישיבה 'בית מתתיהו' און האט שפעטער אויפגעשטעלט נאך צוויי ישיבות, וואו ער האט מעמיד געוועהן טויזנטער תלמידים דורכאויס די יארן.


פארלאפענע חודש תשרי איז דער ראש ישיבה אפגעפירט געווארן אין שפיטאל נאכן אהיימקומען פון א נסיעה אין אויסלאנד ווי מען האט ליידער אנדעקט די ביטערע מחלה ל"ע ביים ראש ישיבה, די לעצטע תקופה האט ער זיך ליידער שווער געמוטשעט אין איז טראץ די אלע שוועריקייטן אנגעגאנגען מיט זיין סדר היום אין איבערגעגעבן שיעורים אין ישיבה. מיט עטליכע וואכן צוריק האט זיך די מצב פארערגערט אין יעצט ליל שישי קבלת התורה איז די ראש ישיבה נתבקש געווארן לישיבה של מעלה אין די מעייני הישועה שפיטאל, למגינת לב תלמידיו וכל בית ישראל.


פרטים איבער די לוי' וועט נאכפאלגן.

Comments


bottom of page