top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

בריך מתייך לשלם • האד' מצאנז קלויזענבורג אנקומענדיג אויף די ביקור המרומם בארצינו הקדושה

דינסטאג פ' כי תבוא - י"ב אלול תשפ"ג | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שוקי לרר


נעכטן אום 7:00 אינדערפרי האט דער עראפלאן פון כ''ק האדמו''ר מצאנז קלויזענבורג שליט''א אין פמליה געלאנדענט אין די לוד לופטפעלד אין ארץ ישראל. די רבי שליט''א איז ארויסגעקומען פונעם טערמינאל אין באגלייטונג פון די משמשים בקודש אין מקורבנו הרבני הנגיד ר' עזריאל טויבער וועלכע האט אפגעווארט דעם רבי'ן תיכף ביים אראפשטייגן פונעם פליגער.


צווישן די צענדליגער חסידים וועלכע זענען ארויסגעקומען מקבל פנים זיין דעם רבי'ן שליט''א אינעם לופטפעלד האבן זיך אנגעזעהן א משלחת רבנים חשובים: הגה''צ רבי ישכר שלמה הלברשטאם האדמו''ר מקאלאשיץ, הרה''ג ר' ישראל ארי' ווייסמאן רב קהילת אמרי שפר הר נוף, הרה''ג רבי אברהם מאיר אליאס מראשי ישיבת סאסוב, ומרבני ק''ק צאנז קלויזענבורג, נכדי הרה''ק בעל 'שפע חיים' מצאנז קלוינזבורג אין ראשי ונכבדי העדה ומנהלי המוסדות. ארויסקומענדיג פונעם טעמינאל האט דער ציבור אויסגעבראכן אין ריקודין של שמחה אין מען איז פאראיבער שלום נעמען, די רבי ארויסגעפארן קיין ירושלים צום בית אכסניא אין די מאה שערים געגענט וואו די רבי האט שפעטער אין טאג זיך געשטעלט דאווענען שחרית, די רבי האט עולה געווען לתורה און גומל געבענטשט און געבלאזן שופר.




bottom of page