top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

עוז ואורה: פייערליכע "הכנסת ספר תורה" צום ביהמ"ד הגדול גור דורך הנגיד ר' מאיר פריי הי"ו פון אמעריקע

  • Bechatzros admin
  • 17 במרץ
  • זמן קריאה 2 דקות

עודכן: 18 במרץ

מאנטאג פ' ויקהל • י"ז אדר תשפ"ה | בחצרות הקודש

ree

בחצר הקודש גור איז היינט מאנטאג פארמיטאג פארגעקומען א הערליכע חגיגת "הכנסת ספר תורה" אריינגעגעבן דורך הנגיד ר' מאיר פריי הי"ו מגדולי תומכי גור אין אמעריקע, לזכר נשמת אמו, און לזכותו פון אביו הנעלה הרה"ח ר' יצחק פריי הי"ו מפארי חסידי גור אין אמעריקע.


דער מעמד האט געזאלט פארקומען שפעטער נאכמיטאג, אבער צוליב די אפעראציע ביים וויזניצער רבי'ן שליט"א האט כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א געגעבן די הוראה אז אין אזא גורל'דיגע צייט ווען כלל ישראל איז מרבה בתפלה ותחנונים איז נישט קיין צייט אפצורעכטן ריקודין, און דעריבער האט מען צוריקגערוקט די חגיגה אויף פריער אין טאג.


אין די פריע מיטאג שטונדן איז פארגעקומען דער "סיום כתיבת האותיות" בביתו נאוה קודש פונעם רבי'ן, אויף א פריוואטן פארנעם, מיט'ן ענגען השתתפות פון די בני המשפחה. שפעטער איז דער רבי אנגעקומען צום ביהמ"ד הגדול אויף די ריקודין במעמד אלפי החסידים.


דער רבי איז ארויף אויף די בימה און איבערגענומען די ספר תורה און ארומגעגאנגען בשעת מ'זינגט ניגוני שמחה. דערנאך האט געטאנצן דער נדבן ר' מאיר פריי און זיין פאטער ר' יצחק און די בני המשפחה און מ'האט געליינט אין די תורה "מעונה" הין-און-צוריק כמנהג גור, און דערנאך האט דער רבי אריינגעפירט דעם ספר אינעם ארון הקודש. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים בביתו נאוה קודש נאר מיט די בני המשפחה, דער רבי האט געטרונקען לחיים און מאציל געווען ברכת קדשו פאר'ן נדבן הספר ובני משפחתו.


נאך א קורצע הפסקה איז דער רבי אריינגעקומען צו מנחה אין גרויסן ביהמ"ד, און נאך מנחה האט מען געזאגט מזמורי תהילים לרפואתו השלימה פון מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א, און דערנאך האט דער לעגענדארער משב"ק ר' יוסף שיף געמאכט דעם "מי שברך לחולה" פאר מרן ישראל בן לאה אסתר לרפו"ש.


ree
ree
ree
ree
ree
ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

Yorumlar


bottom of page