top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

קרישקעס | אינטערסאנטע מערקווירדיגע נייעס פון די וואך בחצרות הקודש איבער די וועלט

  • לפני כמה שניות
  • זמן קריאה 9 דקות

דאנערשטאג פ' בהעלותך • י''ט סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש

האחים האדמור"ים מספינקא אין א ברודערליכע טאנץ ביים שמחת החתונה בבית האדמו"ר מספינקא (18) אין בארא פארק.

נאך דעם גליקליכן שלוס פונעם גורל אויף די ירושה פון הרה"ק בעל ברך משה מסאטמאר זי''ע האט דער נאסטאלגישע שטול אויף וועלכן דער ברך משה האט געפראוועט טויזנטער חסידים במשך די יארן געמאכט איר וועג פון וויליאמסבורג לביתו נאוה קודש פונעם סאטמארער רבי'ן אויף אוהעל קאורט. אין קרית יואל נאך וואס דער שטול איז געפאלן בחלקו פונעם רבי'ן.


בשבתו על כסא ממלכתו: דער רבי שליט"א ביים פראווענען דעם ציבור חסידים זינצנדיג על מקום אביו.


באגריסונג ארויסגעשטעלט דורך די פיין גראוו רעזארט לכבודו פון די משפחת המלוכה, קינדער און אייניקלעך פון האדמו"ר מסאטמאר וועלכע האבן געפראוועט א שבת התאחדות אינאיינעם מיטן רבי'ן אין דערנעבנדיגע סאטמארע מיידל קעמפ מחנה א' א' אין קערהאנקסאן.


טעימה קלה פונעם נעכטיגן מעמד הכנסת ספר תורה אריינגעגעבן צום נייעם בנין פון תלמוד תורה תורה ויראה דרב"י מסאטמאר אין בארא פארק בנין ליפא פריעדמאן, אינאיינעם מיט די שמחת השבע ברכות במעונו פון הנגיד החסיד ר' ליפא פריעדמאן הי"ו.


האדמו"ר מנאראל ביים אנטוהן די היסטארישע קיטל פון הרה"ק מהרי"ד מבעלזא זי"ע פאר נכדו החתן איידערן ארויסגיין צו די חופה פארלאפענעם וואך.


האדמו"ר מקארלין סטאלין ביים סעודת הילולא פון זקינו דער הייליגער בית אהרן פון קארלין אינעם ביהמ"ד וואס איז אויפגעבויט געווארן סמוך ונראה צום ציון הק' אין מאלינאוו אוקריינע.


חסידי קארלין סטאלין אין ארץ ישראל האלטן מיט דעם יארצייט טיש מריחוק מקום דורך א לייוו הוקאפ אין די בתי מדרשים.


הונדערטער ילדי חסידי וויזניץ טאנצן פארנט פון מורם ורבם האדמו"ר מוויזניץ ביים גרויסן שמחת החתונה נעכטן מיטוואך אין די וויזניצער הויף.


האדמו"ר מצאנז קלויזענבורג אין א באגעגעניש מיט האדמו"ר מקאסוב לעיקוואד ביי א משפחה שמחה די וואך.


האדמו"ר מסאטמאר אין א ריקוד מיטן לעגענדארן משב"ק הרבני החסיד ר' משה פריעדמאן הי"ו ביים שמחת החתונה פון נכדתו הכלה די וואך זונטאג אין בארא פארק.


האדמו"ר מפיטסבורג מערקט "קרישקעס" ביים איינהאנדלען ספרים אין א ספרים געשעפט במקום מגוריו אין שטאט אשדוד.

בני מלכים: הגה"צ אבד"ק סאטמאר וויליאמסבורג שליט"א בנו הגדול פון האדמו"ר מסאטמאר, הגה"צ דומ"ץ פאפא שליט"א בנו הגדול פון האדמו"ר מפאפא און הרה"צ רבי משה מרדכי כץ שליט"א בנו הגדול פון האדמו"ר מוויען אין א געמיינזאמע ריקוד ביים שמחת השבע ברכות בבית הרה"ג ר' חיים אהרן אונגער שליט"א דומ"ץ ביהמ"ד לב אהרן סאטמאר וויליאמסבורג.


הרה"ח ר' חיים שלמה פישער הי"ו משב"ק ואיש אמונו פון האדמו"ר מסאטמאר ביים אפגעבן מזל טוב פאר הרבני החסיד ר' משה פריעדמאן משב"ק אדמור"י סאטמאר ביים חתונה פון אן אייניקל, א טאכטער פון בנו הנגיד ר' ליפא פריעדמאן הי"ו דעם זונטאג העעל"ט אין בארא פארק.


האדמו"ר מראחמיסטריווקא ספרינג וואלי האט "קרישקעס" באמערקט אויפן ציון הק' פון זקינו הרה"ק מראחמיסטירווקא זי"ע אויפן בית החיים הר שלום אין עירמאנט וואו דער רבי האט זיך איינגעשפארט א לענגערע וויילע איידער די לוי' פון די באבע הרבנית מראחמיסטריווקא ע"ה.


האדמורי"ם והרבנים בני הרה"ק בעל ברך משה מסאטמאר זי"ע ערהאלטן די כתבי הקודש פון די ירושה איינגעבינדן אין שיינע לעדערנע בענדער.


האדמו"ר מוויזניץ אין א ריקוד מיט מקורביו שלוחא דרבנן העסקן ר' יעקב טעסלער הי"ו און נאמן ביתו הנגיד ר' יעקב אדלער הי"ו ביים שמחת הפארשפיל פון אן אייניקל דעם מוצאי שבת אין מושב אורה.


הערליכע סקיצע פונעם ביהמ"ד החדש "בית בן ציון" אין מחנה אהל ברוך קראסנא, פרעזענטירט ביי א מסיבת לחיים וחתימת שטרות בבית הנדבן הנגיד מו"ה שמעון משה שימאן הי"ו בראשות הגה"צ אב"ד קראסנא שליט"א.


האדמו"ר מבוהוש אין א דביקות'דיגן מאמענט, האלטנדיג א הויפן קוויטלעך און הזכרות ביים געהויבענעם עת רצון בשעת די חופה פון זיינע טאפלטע אייניקלעך די וואך בעיר התורה בני ברק.


חסידי תולדות אהרן פירן זייערע קינדערלעך אין די ירושלימער געסלעך, איינגעוויקלט אין טליתים מיט לעקאך אין די הענט, צום צענטראלן "מעמד חדר פירן" און התחלת 'לימוד האותיות' וואס איז פארגעקומען אין ביהמ"ד הגדול תולדות אהרן.


לחיים אין איינע פון די סאטמארע בתי מדרשים אין וויליאמסבורג לרגל ח"י סיון דער טאג וואס האדמו"ר מסאטמאר איז נתמנה געווארן אלס רב ואבד"ק דקהל יטב לב ד'סאטמאר אין וויליאמסבורג.


בריוו פון פרעזידענט טראמפ יר"ה צו האדמו"ר מרימינוב וואו דער פרעזידענט רעאגירט צו א בריוו וואס דער רימינובער רבי האט צו אים געשריבן מיט עטליכע וואכן צוריק ארויסהייבענדיג די נאציאנאלע שבת, וואס די פרעזידענט האט פראקלאמירט אויף דעם חודש מאי למספרם.



האדמו"ר מקארלין סטאלין ביים סעודת הילולא פון זקינו דער הייליגער בית אהרן פון קארלין אינעם ביהמ"ד וואס איז אויפגעבויט געווארן סמוך ונראה צום ציון הק' אין מאלינאוו אוקריינע.


חסידי קארלין סטאלין אין ארץ ישראל האלטן מיט דעם יארצייט טיש מריחוק מקום דורך א לייוו הוקאפ אין די בתי מדרשים.

הגה"צ גאב"ד אנטווערפען שליט"א באזוכט ביי מחותנו האדמו"ר מנאראל אין בני ברק.


האדמו"ר מסערט וויזניץ ביים צוזאמנעמען "שבת געלט" כמנהג אבותיו איידערן טאנצן מצוה טאנץ ביי א חתונה די וואך פון א אייניקל ביי נאמן ביתו הרב נפתלי קליין הי"ו.


המשפיע הגה"צ רבי נחמן בידערמאן שליט"א מלעלוב ביים אנוואונטשן דער בעל מנגן ר' ליפא שמעלצער הי"ו ביי א חתונה די וואך אין בארא פארק.


האדמו"ר מוויזניץ אין א שמועס מיט מקורבו שלוחי דרבנן הרב מנחם אליעזר מאזעס ביים שמחתה חתונה פון א אייניקל די וואך.


להחיות לב נדכאים: האדמו"ר מלייפניק שטעלט זיך צו א בילד מיטן אלעמען באקאנטער שמוליק כץ ביי א שמחה די וואך.


נאסטאלגיע: שיין בילד פון האדמו"ר מסערט וויזניץ אונטער די חופה, מיט גענוי 50 יאר צוריק, חודש סיון תשל"ו.


הגה"צ רבי הערש אלימלך פאדווא גאב"ד אגודת אחים ציריך שווייץ באזוכט בהיכלו פונעם פוסק הדור הגר"מ שטערנבוך זייענדיג צוגאסט אין ארה"ק.


האחים האדמור"ים ממעליץ און שאץ טאנצן מצוה טאנץ אינאיינעם ביי א חתונה די וואך וואו ביידע ברידער האדמור"ים זענען געווען זיידעס ביי די שמחה.


הרב שמואל שלמה טעללער שליט"א מנהל הבית רחל אין קרית יואל און מוציא לאור ספרי ומשה היה רועה באזוכט די וואך ביי האדמו"ר מליסקא אין בארא פארק.


די בארימטע 'רענטעסטיק' פארטי רענטל פירמע ביים אויפשטעלן סטעיזשעס ביים גרויסן מעמד אדירי התורה דעם אנהייב וואך.


שיינעם ריקוד ביים שמחת החתונה די וואך בשמחת בית אלכסנדר דורך די דריי זין פון כ"ק אדמו"ר בעל אמרי מנחם מאלכסנדר זצ"ל, דער גדול האחים האדמו"ר מאלכסנדר, האדמו"ר מאלכסנדר קליוולאנד און הרה"צ רבי יחיאל דאניצינגער שליט"א מאלכסנדר.


האדמור"ים מלוצק און אמשינאוו אמעריקא אין א ווארימע בעגעגעניש ביי א שמחה די וואך אין מודיעין עילית.


די אנגייענדע בוי ארבעט ביים ביהמ"ד הגדול והחדש באבוב אויף די שמגר גאס אין עיר הקודש ירושלים.


האדמו"ר מקרעטשניף כפר עטה טאנצט מצוה טאנץ ביים שמחת החתונה פונעם שמב"ק החתן אברהם שמואל ראזנבערג הי"ו אין ירושלים.



הגה"צ רבי אטברהם יוסף האראנטשיק האדמו"ר מלעלוב וויליאמסבוג אויף א באזוך די וואך אין די אכסניא פון האדמו"ר מלעלוב בר אילן אין וויליאמסבורג.


טויזנטער ליטווישע בני תורה מאכן שווארץ די פילידעלפיע גאסן אויפן וועג צום גראנדיעזן מעמד "אדירי התורה".


ר' שלמה שטיינמעץ פון די פיוואט גרופע ביים מקבל זיין דעם ברכת התורה פונעם ראש הישיבה הגאון רבי מלכיאל קאטלער שליט"א ראש ישיבת ביהמ"ד גבוה דלעיקוואד נאכן אנפירן די גראנדיעזע מעמד "אדירי התורה".


האדמו"ר מסערדאהעלי גייענדיג צום דאווענען ערב שבת אין די זאלן פון אור החיים וואו דער רבי האט אפגעראכטן דעם פארלאפענעם שבת במקהלות עם רב.


די בחורים קאפעליע בחצר הקודש באבוב 45 ביים מהנה זיין מגרונם בעת דער קבלת פנים בשמחת בית באבוב 45 אויף איינע פון די גאלעריען אין ביהמ"ד הגדול באבוב 45 אין בארא פארק.


האדמו"ר מנדבורנא ביים אנוואונטשן דער פאטאגראפירער משה זגורי ביי א מאורע די וואך.


האדמו"ר ממאחנובקא בעלזא אין א ריקוד מיט זיינע אייניקלעך, קינדער פון חתנו הרה"צ ר' נפתלי צבי מאסקאוויטש שליט"א ביי די חתונה במעונו פארלאפענעם וואך.


דער פאטאגראף־שטאב ביים מעמד אדירי התורה אין פילידעלפיע, האחים לענטשעווסקי, יוסי גאלדבערגער, איצי מארגארעטן, מושי קליין און אלי קובין.


דער משב"ק ואיש אמונו פון האדמו"ר מסאטמאר הרה"ח ר' חיים שלמה פישער, באטייליגט זיך ביים חתונה די וואך פון בתו הבכירה ביים צושטאנד ברענגער פון די היסטארישע חלוקת הירושה אין סאטמאר, הרבני הנגיד ר' ליפא פריעדמאן, זון פונעם לעגענדארן משב"ק אדמור"י בית סאטמאר, הרבני החסיד ר' משה פריעדמאן הי"ו, זייענדיג א מחזה הוד די ברידערליכע און פריינטליכע נאנטשאפט וואס די משמשים בקודש פון ביידע סאטמארער הויפן האבן זיך ארויסגעוויזן באותות אהבה ואחוה ושלום וריעות.


האדמו"ר מדושינסקיא ווערט געזעהן אויפן פליגער אהיים פון ניו יארק, היינטיגן דאנערשטאג, ביים זיך צוגרייטן די ספרים פאר די לענגערע רייזע קיין ארץ ישראל.


א זיסע קאפעליע פון רבי'שע אייניקלעך, נכדי האדמו"ר מתולדות אברהם יצחק, זענען מהנה מיט זייערע קול'כלעך ביי א שמחת החתונה בחצר הקודש פארגאנגענע וואך.


הרה"צ רבי אהרן מענדל טווערסקי שליט"א מסקווירא ווערט געזעהן ביים שמחת החתונה די וואך פון אן אייניקל ביי הרבני החסיד ר' משה פריעדמאן הי"ו משב"ק אדמור"י בית סאטמאר ביים מעיין זיין אינעם כתובה וואס איז אנגעגרייט געווארן לויט די הוראות און קפידות פון האדמו"ר מראחמיסטריווקא וואס האט געזאלט דינען אלס דער מסדר קידושין ביים חתונה, אבער האט פארשפעטיגט דעם פליגער קיין ניו יארק.


האדמו"ר מפינסק קארלין אין א שיינע רקידה מיט די ילדי החסידות ביים שמחת החתונה פון א אייניקל די וואך.


גרויסע פעסער וואסער צוגעגרייט נאך די לוויה פון הרבנית הצדקנית מראחמיסטריווקא ע"ה אין שיכון סקווירא.


א הערליכע קאסטומייזד לעדערנע סעט פון די בארימטע ארטסקרול פירמע, פונעם נייעם אויפלאגע פונעם ספר דברות קודש מדברי תורתו של הרה"ק מסאטמאר זי"ע פון שנת תשכ"ז, ארויסגעגעבן דורך הרבני הנגיד ר' ליפא פריעדמאן לכבוד די חתונה פון זיין עלטסטע טאכטער, און אפגעשיקט צו ידידו הרבני הנגיד ר' יואל לאנדא הי"ו.

צווישן די מאסן משתתים ביי די לוויה פון הרבנית הצדקנית מראחמיסטריווקא ע"ה אין שיכון סקווירא מערקט "קרישקעס" העסקן הרב משה יהושע קרעמער מנכ"ל מוסדות ראחמיסטריווקא.


גאב"ד מאקאווא ווערט באמערקט אינעם בית חב"ד אין די לוד לופטפעלד זייענדיג אונטערוועגנס אויף א נסיעה צו די קברי אבות אין אונגארן.


דער מנגן מנגן ר' זאנוויל וויינבערגער איז מקבל ברכת קדשו פון האדמו"ר מתולדות אברהם יצחק נאכן מהנה זיין בשירה וזמרה ביים שמחת החתונה פאריגע וואך במעון קדשו.



האדמו"ר מקרעטשניף קרית גת אויף א באזוך די וואך ביים פעטער האדמו"ר מקרעטשניף.


הרבני החסיד ר' משה פריעדמאן הי"ו משב"ק אדמור"י סאטמאר אין א ריקוד מיט הגה"צ אבד"ק סאטמאר 15 שליט"א ביים שמחת החתונה פון א אייניקל די וואך אין בארא פארק, בת לבנו הנגיד ר' ליפא פריעדמאן הי"ו.


האדמו"ר מקאסוב טרעט אויף מיט א דרשת התחזקות אין ביהמ"ד בעלזא אויף פארט העמילטאן אין בארא פארק.


האדמו"ר מבישטינא אין א ריקוד מיט זיינע אייניקלעך זרע ברך ה' ביים שמחת החתונה במעונו די וואך.


דער מעיאר פון שטאט בני ברק הרב חנוך זייברט ביים מקבל זיין ברכת קדשו פון האדמו"ר מאלכסנדר ביים שמחת החתונה אינעם אלכסנדר הויף.


דער בארימטער ירושלימער משמח אלוקים ואנשים ר' יענקעלע קארנבליט הי"ו אין א פייערדיגן קעדאטשקע טאנץ ביים גרויסן לעלובער הדלקה דעם מוצאי שבת אין אתרא קדישא מירון.


האדמו"ר מתולדות אברהם יצחק ביים "טעלער ברעכן" כנהוג נאכן קריאת התנאים ביים מעמד הקבלת פנים די וואך בשמחת בית תולדות אברהם יצחק.


הגה"צ אבד"ק סיגוט שליט"א באדאנקט זיך פארן מנהל המחנות "רב טוב" הרב דוד ראנזבערג נאכן ספעציעלן שבת וואס האדמו"ר מסאטמאר האט פארלאפאנעם שבת פ' נשא געפראוועט מיט די משפחת המלוכה אין די נייע מחנה א' א' אין קערהאנקסאן, וועלכע איז צוגעשטעלט געווארן דורך די הנהלת המחנה ברוב פאר והדר.


די עסקנים ובוני הבית פונעם גיגאנטישן "מרכז העולמי" דחסידי וויזניץ ווערן געזעהן אויפן שטח הבני' אויף רחוב שלמה המלך אין בני ברק אנגעטוהן מיט קאנסטוקציע הוטלעך, ביים מיטהאלטן דעם באזוך דורך האדמו"ר מוויזניץ בתוככי הבנין החדש.


הגה"צ אבד"ק אמונת ישראל שליט"א פון מאנסי אויף א באזוך די וואך ביי האדמו"ר מאוסטראוו קאלאשין במעונו אין ירושלים.


ר' אליעזר פריעדמאן פון די בארימטע אלי פריעדמאן פראדאקשענס אינאיינעם מיט ר' שלמה שטיינמעץ פון די פיוואט גרופע ביים אנפירן דעם מעמד "אדירי התורה" דעם זונטאג.


האדמו"ר מדושינסקיא באשיינט ביי א שמחת השבע ברכות בבית הנגיד ר' ליפא פריעדמאן הי"ו זייענדיג צוגאסט אין ניו יארק לכבוד א משפחה שמחה.


הרה"צ רבי שלום צבי סופר שליט"א בנו יחידו פון האדמו"ר מערלוי לאזט זיך בענטשן פון זיין פעטער הגה"צ אבד"ק ערלוי בארא פארק שליט"א בעת א באזוך במעונו די וואך.


האדמו"ר מראחמיסטריווקא ספרינג וואלי איז מנדב די שלש סעודות די וואך אין ראחמיסטריווקא ביהמ"ד אויף האופעל בנישאות דודו האדמו"ר מראחמיסטריווקא מאנסי, לכבוד די יארצייט פון אביו הרה"צ רבי מרדכי טווערסקי זצ''ל.


האדמו"ר מסערדאהעלי ביים צוזאמלייגן זיין טלית כנהוג, דעם מוצאי שבת אין עיר הקודש ירושלים.


האדמו"ר מבאבוב באגלייט ארויס ידידו ורעו האדמו"ר ממונקאטש נאך איינע פון די שבע ברכות די וואך בשמחת בית באבוב.


האחים בני האדמו"ר מתולדות אברהם יצחק אין א פייערדיגע טאנץ בעת די מצוה טאנץ פונעם רבי'ן ביים חתונה הגדולה פארלאפענעם וואך אין גבעת זאב.


איבערבליק פון די מאסיווע הכנות צום גרויסארטיגע מעמד אדירי התורה - עמודי העולם דורך ישיבה בית מדרש גבוה ד'לעיקוואד, אינעם גרויסן וועלס פערגא סטאדיום אין פילאדעלפיע.

א זיסע סצענע ביים גרויסן לעלובער הדלקה דעם מוצאי שבת אין מירון וואו איינע פון די פרחי החסידים האט זיך ארויסגעלאזט אין א קעדאטשקע טאנץ פארנט פון האדמו"ר מלעלוב און די הונדערטער חסידים.


האדמו"ר מסאטמאר ביים מקיים זיין די זעלטענע מצוה פון שילוח הקן בחצר ביתו נאוה קודש אין קרית יואל.


האדמו"ר ממודזיץ ביים אנוואונטשן דער בעל מנגן ר' אהרלע סאמעט הי"ו ביי די חתונה פון א אייניקל די וואך אין בני ברק.


האדמו"ר מוויזניץ ביי א מסיבת לחיים בחצר ביתו נאוה קודש אין מושב אורה לכבוד די חתונה בבית הרב יוסף בנימין ווייס רב ביהמ"ד חיי נפש אין ירושלים.


אן אויג-פארכאפנדע ווידיאו פונדערהייך פון די הפגנות די וואך בחוצות ירושלים קעגן די גזירת גיוס בני הישיבות.


האדמו"ר מדושינסקיא מערקט "קרישקעס" אין א דביקות'דיגן מאמענט ביים חגיגת הכנסת ספר תורה בבית מדרשו אין שטאט אלעד.


האדמו"ר מסאדיגורא ירושלים באטייליגט זיך ביים שמחת החתונה בבית הרב מענדל גליצנשטיין דער חב"ד שליח און הויפט רב פון שטאט טשערנאוויץ וואס געפונט זיך בשכינות פון שטאט סאדיגורא אין אוקריינע.


אידן ביים מיטהאלטן די לוויה פון הרבנית מראחמיסטריווקא ע"ה אויפן דאך פון ביהמ"ד הגדול ראחמיסטריווקא אין בארא פארק.


הגה"צ אבד"ק סיגוט שליט"א ביים אפגעבן ברכת מזל טוב פאר הרה"ג ר' חיים אהרן אונגער שליט"א דומ"ץ ביהמ"ד לב אהרן סאטמאר וויליאמסבורג ביים חתונה פון בתו הכלה, מיט החתן נכד האדמו"ר מבאבוב 45.


די מאטארקאדע פון האדמו"ר מבאבוב 45 ביים אנקומען צום מעמד הקבלת פנים אין ביהמ"ד הגדול באבוב 45 אין בארא פארק.

דח ראשי העסקנים ביים מעמד "אדירי התורה" ר' שמשון ווילליגער הי"ו און ר' חיים לאוב הי"ו מערקט "קרישקעס" ביי די לעצטע באראטונגען צום מעמד.

יפה שיחתן: דער משגיח הגאון רבי דן סגל שליט"א באגריסט זיך מיטן זקן ראשי הישיבות הגאון הגדול רבי מאיר צבי בערגמאן שליט"א ביים גרויסן כינוס גדולי ישראל די וואך לטובת "קרן עולם התורה".

א ברכת מזל טוב פאר החתן צבי מאיר פאסטען הויז בחור ביי האדמו"ר מבעלזא לרגל שמחת נישואי למזל טוב אין מאנטריאל. אינעם בילד ווערט געזעהן הגה"צ רבי וואלף בער לערנער דומ"ץ בעלזא מאנטריאל ביים קבלת פנים.



א ברכת מזל טוב פאר העסקן הרב חיים אלעזר ראזנפעלד הי"ו מנהל מוסד הק' בית לפליטות לרגל די געבורט פון א אייניקל.


א ברכת מזל טוב פאר החתן מנחם זאב לעבאוויטש הי"ן משב"ק האדמו"ר מניקלשבורג לרגל שמחת נישואיו למזל טוב.


bottom of page