top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

שבר על שבר: פריצייטיגע פטירה פון הגאון ר' שלמה חי דוד יצחק חאליווא זצ"ל ראש ישיבת רבינו חיים בערלין אין פלעטבוש

  • תמונת הסופר/ת: בחצרות הקודש
    בחצרות הקודש
  • 27 באוק׳ 2024
  • זמן קריאה 2 דקות

עודכן: 28 באוק׳ 2024

זונטאג נח • כ"ה תשרי תשפ"ה | בחצרות הקודש‎

ree

בילד קרעדיט: די וואך


ברוך דיין האמת: מיט גרויס צער און טרויער האט דער עולם התורה אין אמעריקא אויפגענומען די שווערע בשורה, איבער די פריצייטיגע פטירה פון הגאון הגדול רבי שלמה חי דוד יצחק חאליווא זצ"ל ראש ישיבת רבינו חיים בערלין וואס איז היינט נפטר געווארן אין בליענדן עלטער פון זעקס און זעכציג יאהר.


די תלמידי הישיבה קענען זיך קוים טרייסטן נאך די שווערע פארלוסט מיט די הסתלקות פונעם פריערדיגן ראש ישיבה הגאון האדיר ר' אהרן משה שעכטער זצ"ל ראש ישיבת רבינו חיים בערלין מיט בלויז א יאהר צוריק חודש אלול תשפ"ג, און דערנאך די פטירה פון זיין זון דער משגיח הישיבה הגאון רבי מרדכי זעליג שעכטער זצ"ל מיט עטליכע חדשים דערויף, אצינד האט מען ליידער געליטן דעם שווערן קלאפ מיטן פטירה פון חתנו ממלא מקומו די ראש הישיבה בדמי ימיו לחיי העולם הבא.


די ראש ישיבה הגאון רבי שלמה איז געבוירן צו זיין פאטער הגאון רבי אברהם חיליווא זצ"ל א חשובע רב פון ספרדישן אפשטאט וועלכע איז ארויפגעקומען פון מאראקא און געדינט אלס א רב אין די פלעטבוש געגענט, אלס בחור האט ער געלערנט אין די בארימטע ישיבת רבינו חיים בערלין, בהגיעו לפרקו האט ער חתונה געהאט מיט זיין רעבעצין  שתחי' טאכטער פונעם ראש ישיבה הגאון רבי אהרן שעכטער זצ"ל וועלכע האט איהם אויסגעקליבן אלס איידעם זייענדיג פארעכנט אלס איינער פון זיינע חשובסטע תלמידים.


נאך בחייו פון זיין שווער האט ער זיך פארלאזט אויף איהם און איהם געשטעלט אלס ממלא מקומו, נאך די פטירה פונעם פריערדיגן ראש הישיבה אום תשפ"ג איז ער אויפגענימען געווארן אלס ראש ישיבה למלאות מקום חותנו הגדול, טראץ וואס די התמנות פון א ספרדישע גאון אלס א ראש ישיבה אין די ליטווישע קרייזן איז גאר א זעלטענע זאך און האט אויסגערופן גרויס וואונדער אין די תורה וועלט.


די לעצטע תקופה איז ער ליידער קראנק געווארן מיט די ביטערע מחלה ל"ע דאך האט ער ווייטער ממשיך געווען מיט זיין הרבצת התורה כמימים ימימה, דעם חול המועד האט ער נאך איבערגעגעבן א דרשה אין ישיבה צוזאמען מיטן שמחת בית השואבה. ערב הושענא רבה איז ער אריינגעפירט געווארן אין שפיטאל ווי ער האט זיך געפינען אין א קריטישן צושטאנד ביז היינטיגן זונטאג ווען ער האט אויסגעהויכט זיין לויטערע נשמה ליוצרה לדאבון לב תלמידיו וכל בית ישראל.

Comments


bottom of page