דינסטאג פ' ויגש • ז' טבת תשפ"ד | בחצרות הקודש
א היסטארישער טאג איז געוועהן דעם זינטאג בקורות דברי הימים בחצר הקודש סאטמאר ווען עס איז בשעה טובה ומוצלחת באנייעט געווארן דעם גיגאנטישן בנין התלמוד תורה החדש 'בנין ליפא פריעדמאן' אין הארץ פונעם עיר ואם בישראל בארא פארק.
אין די נאכמיטאג שעהן איז די נשיא המוסדות כ''ק האדמו''ר מסאטמאר שליט''א אנגעקומען בשערי התלמוד תורה, וואו די תלמידי המוסדות האבן אפגעווארט און אריינבאגלייט דעם רבין בשירה ובזמרה, דערנאך איז דער רבי אריינגעקומען צום מעמד קבלת פנים פון די אריבער פינף הונדערט קינדער פון כתה א׳ ב׳ ג׳. עס האט אויפגעטרעטן דער מנהל הר״ר יוסף מאיר מייזליש שליט״א און מקבל פנים געווען דעם רבין מיט פאסיגע דברי ברכה, די קינדער האבן געזינגען ניגונים, אין דערנאך האט דער רבי משמיע געווען קורצע דברות קודש פאר די קינדער און אויסגעפירט מיט ברכות לרוב פאר די תלמידים און מרביצי תורה, דער רבי האט פארטיילט שיריים פאר די מלמדים און פעקלעך מטבעות קודש לשמירה צו פארטיילן פאר די קינדער.
דערנאך איז דער רבי אריין בחדרו המיוחד ווי עס זענען אריין נדיבים בעם ונדבני הבנין, צווישן אנדערע איז אריין בקודש פנימה הרבני הנגיד ר׳ אליעזר שיינער הי״ו פון מאנסי וואס האט אפגעקויפט א זכות אינעם בנין פאר אריבער א האלב מיליאן דאלער. אזוי אויך זענען אריין די קינדער וואס האבן אריינגעברענגט גרעסערע סכומים לטובת די מוסדות במשך די ימי חנוכה ווי דער רבי האט פארטיילט ספה״ק על הגאולה במתנה.
דערנאך איז דער רבי אריינגעקומען צום מעמד קבלת פנים פון די הונדערטער קינדער פון די עלטערע כיתות און באגלייטונג פון די נדיבים בעם, וואו עס איז אויך פארגעקומען די מעמד התחלת כתיבת ספר תורה בנדבת פונעם נדבן הבנין הרבני הנגיד ר׳ ליפא פריעדמאן הי״ו וואס וועט ווערן אריינגעגעבן אינעם בנין הת״ת.
די קינדער האבן געזינגען דברי חרוזים, דער מנהל הר״ר יואל שווארטץ שליט״א האט מקבל פנים געווען דעם רבין, דערנאך האט דער רבי משמיע געווען קורצע דברות קודש פאר די תלמידים און אויסגעפירט מיט ברכות לרוב פאר די קינדערליך און מרביצי תורה.
בשעת דער רבי האט אנגעהויבן שרייבן די אותיות האט מען געזינגען ניגוני התעוררות, דערנאך האט דער רבי מכבד געווען די נדיבים אריינצושרייבן, און זיך אויפגעשטעלט טאנצן, און נאכדעם איז דער רבי געטאנצן מיטן משמש בקודש הרה״ח ר׳ משה פריעדמאן הי״ו ובנו הנגיד ר׳ ליפא הי״ו.
נאך מנחה זענען אריין אל הקודש פנימה נאך נדיבים בעם ונדבני הבנין צווישן אנדערע הנגיד ר׳ יואל לאנדא הי״ו וואס האט אפגעקויפט די זכות שער הבנין פאר די פאנטאסטישע סומע פון צוויי מיליאן דאללער, הנגיד ר׳ בנימין פילאפסאן הי״ו פון מאנסי וואס האט אפגעקויפט א זכות אינעם בנין פאר אריבער א מיליאן דאלער, און הנגיד הרב נחום רוקח שליט״א וואס האט אפגעקויפט א זכות אינעם בנין פאר אריבער א האלב מיליאן דאלער, אזוי אויך איז אריין בקו״פ הנגיד ר׳ בערל ווייס הי״ו פון לאס אנדשעלעס שלום נעמען פון רבי'ן. שפעטער נאכמיטאג איז דער רבי אריינגעקומען צום רייכן ׳מעמד הוקרה׳ מסיבת הכרת הטוב פאר די נדיבים בעם ונדבני הבנין, עס האט זיך אויך באטייליגט די מרביצי תורה פון די מוסדות.
אלס יושב ראש האט אויפגעטראטן הר״ר הירצקא שטערן שליט״א מנהל אין די מוסדות, און אויפגעריפן די נדבן הבנין הרבני הנגיד ר׳ ליפא פריעדמאן הי״ו ווי ער האט איבערגעגעבן זיין רגשי הלב אז מ׳איז זוכה צו באנייען דעם בנין און אז ער האט די זכיה צו שטיין לימין קדשו פונעם רבי'ן שליט''א. דערנאך האט מען געהערט דברי ברכה פון כ״ק הגה״צ ר׳ יעקב מאיר שעכטער שליט״א דורך א לייוו הוקאפ פון ארץ ישראל, נאך די דברי ברכה האט מען זיך אויפגעשטעלט טאנצן. עס האבן אויפגעטרעטן הגה״צ ר׳ חיים דוד כ״ץ שליט״א דומ''ץ סאטמאר בארא פארק, דעם רבינס זוהן הגה״צ אב״ד סיגוט שליט״א און הרה״ח ר׳ משה פריעדמאן הי״ו משב״ק ווי ער האט ארויסגעברענגט די הכרת הטוב פאר בנו ר׳ ליפא הי״ו און די אלע נדבני הבנין.
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש, דער רבי האט ארויסגעברענגט די געוואלדיגע זכות פון ר׳ ליפא הי״ו דער נדבן הבנין וואס שטייט שטענדיג לימין הקהילה והמוסדות בכל עת, דער רבי האט ארומגערעדט איבער די זכיה אז מ׳קען מחנך זיין די קינדער על דרך המסורה לנו פון הרה''ק מסאטמאר זי״ע און אויסגעפירט מיט ברכות לרוב פאר אלע נדבני הבנין און אלע משתתפים.
נאך די דברות קודש האט דער רבי געטרינקען לחיים און פארטיילט שיריים פאר די נדיבים בעם ונדבני הבנין, דערנאך זענען די מלמדים און מנהלים דורך און דער רבי האט איבערגעגעבן א תמיכה יתירה בנדבת פונעם חשובן נדבן לרגל די מעמד חנוכת הבית אזוי אויך האט דער רבי פארטיילט פעקלעך מטבעות קודש לשמירה צו פארטיילן פאר די קינדער.
Comments