top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

הילולא קדישא פון הרה"ק רבי מאיר מאמשינוב זי"ע אפגעראכטן מיט גרויס התעוררות ביי נכדו האד' מאמשינוב

  • Bechatzros admin
  • לפני 9 שעות
  • זמן קריאה 1 דקות

דאנערשטאג פ' במדבר • ב' סיון תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: JDN

נעכטן מיטוואך נאכט איז כ''ק האדמו''ר מאמשינוב שליט''א אריינגעקומען צום שולחן הטהור און סעודת הילולא לרגל די יארצייט פון זקינו הרה"ק רבי מאיר'ל מאמשינוב זצוק"ל וואס איז אויסגעפאלן דעם זונטאג כ"ז אייר.


אין די נאכמיטאג שעהן איז די רבי אריינגעקומען צו קריאת התורה לרגל ראש חודש בביתו נאווה קודש, און ארום 8:30 איז די רבי אריינגעקומען בבית מדרשו אין די בית וגן גענגט אין ירושלים צום טיש. באלד ביים אריינקומען צום טיש האט דער רבי פארטיילט לעקח און לחיים פאר די חסידים, דערנאך האט די רבי טועם געוועהן לחיים און געוואונטשן לחיים לכל העם הנאספים. דערנאך האט זיך די רבי געוואשן צום סעודה, און מען האט געזינגען ניגוני קודש לבית ווארקא אמשינוב, און נאך עטליכע ניגונים לכבוד ראש חודש. די רבי האט געזאגט תורה על פי דבריו הקדושים פון דעם זיידן די בעל הילולא און דערמאנט ראש חודש. צווישן די רבנים ביים טיש האט זיך אנגעזעהן כ''ק האדמו''ר מפינסק קארלין שליט''א וואס איז געזעצן הארט נעבן רבי'ן און האט גענימען שיריים פון אלע מאכלים, כעבדא קמיה מריה.


דער טיש האט זיך פארגעצויגן שעות ארוכות ביז קרוב צו פיר אזייגער פארטאגס ווען די רבי האט פארענדיגט די צוויי שעה'דיגע עבטדה פון ברכת המזון כדרכו בקודש און פארטיילט פירות און כוס ברכה פארן גאנצן ציבור.











bottom of page