top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

אלפי תושבי ירושלים עיה"ק מקבל פנים געוועהן האד' מצאנז קלויזענבורג ממנהיגי יהדות החרדית בארה"ב

דינסטאג פ' כי תבוא - י"ב אלול תשפ"ג | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שוקי לרר


א געשאצטע עטליכע טויזענט אידן האבן נעכטן אויפדערנאכט איבערגעפולט דעם ריזן גיגאנטישן שאטער בתוככי ירושלים עיר הקודש, ביים גרויסארטיגן מעמד קבלת פנים לכבודו פונעם אורח הגדול והרם ממנהיגי יהדות החרדית בארצות הברית, כ"ק אדמו"ר מצאנז קלויזענבורג שליט"א וועלכער איז געקומען צו פארן מהתם להכא מחזק צו זיין קהל עדת צאן מרעיתו, און מעתיר זיין לישועת הכלל והפרט לקראת די ימי הרחמים והרצון הבאים עלינו לטובה.


דורכאויס די גאנצע טאג האט זיך אנגעזעהן פיבערהאפטיגע הכנות לקראת די גרויסע מעמד, א געלונגענע שטאב פון עסקנים האבן געארבעט רונדע דעם זייגער אויפצושטעלן די הויכע צען שטאקיגע פארענטשעס אינעם גיגאנטישן שאטער אין מתחם שנלר אין ירושלים, צו קענען אקאמאדירן דעם ריזן ערווארטעטן ציבור, און די צוגעגרייטע פלעצער וואס האט זיך ארויסגעשטעלט ווייט פון גענוג.


א פראכטפולע בימת הכבוד איז געווען צוגעגרייט מיט צוויי שטאק, וואו עס זענען געזעצט געווארן די חשובע רבנים, דיינים, ראשי ישיבות כלי קודש ומורי הוראה. א חסידישע כאר מיט בעלי מנגנים אין שפיץ פון ר' אברהם יצחק בריסק ראש המשוררים בחצר הקודש צאנז קלויזענבורג האבן מהנה געווען בשירה וזמרה, און ארום א פערטל צו צען אויפדערנאכט האט מען מקבל געווען את פני הקודש מיט ספאנטאנישע ריקודין, צהלי ורוני יושבת ציון, ובכן צדיקים יראו וישמחו, און נאך לעבעדיגע ניגוני שמחה.


דער רבי שליט"א האט מעודד געווען די ניגונים א לענגערע צייט, און דערנאך אויפגעטרעטן מיט לענגערע דברות קודש איבער א שעה צייט, דברי חיזוק והדרכה, יסודות'דיגע ענינים שטייענדיג אין חודש אלול בימי הרחמים והרצון, זיך גרייטענדיג צו די ימים הנוראים וואס זענען שוין אט אט ביים שוועל.


דער רבי האט מאריך געווען איבער די נסיונות וואס די תושבי ארץ הקודש גייען אריבער, סיי מיט די רדיפת הדת און סיי מיט אלע אנדערע שוועריגקייטן, דער רבי האט מחזק געווען דעם ציבור מיט מאמרי חז"ל און טרעפליכע דיבורים כמים קרים על נפש עיפה, און צוגעענדיגט מיט הארציגע ברכת הקודש לכל העם הנאספים.


דערנאך האט די מוזיק אנגעהויבן שפילן לעבעדיגע ניגונים, און דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט אויף א פייערדיגע ריקוד קודש צוזאמען מיט די רבנים וחשובי המעמד. דערנאך האט דער רבי געטרינקען לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו.


אויפן רעכטן זייט פונעם רבי'ן זענען געזעסן די דריי שוואגערס פון רבי'ן חתני דבי נשיאה, הגה"צ ר' בערל ווייס גאב"ד קרית צאנז ירושלים, הגה"צ ר' פישל מוטצען גאב"ד קרית הבעל שם טוב פתח תקוה, און הגה"צ ר' אליעזר דוד שפירא רב דחסידי צאנז בני ברק. אזוי אויך האבן זיך אנגעזעהן כ"ק האדמורי"ם מראחמיסטריווקא, סקולען ירושלים, נאראל, קוזמיר, גארליץ, בערעגסאז, סטריקוב, מיאלען, הגה"צ גאב"ד קרית באבוב בת ים, הגה"צ ר' שמעון יצחק שלעזינגער חבר ביד"ץ העדה החרדית, הגה"צ ר' חיים ווייס גאב"ד ביתר, הגה"צ אב"ד דברי משה טשאקאווא, הגה"צ רבי מרדכי שלמה ברייער רב דחסידי באיאן אין אמעריקא בשליחות אביו כ"ק אדמו"ר מבאיאן, הגה"צ ר' משה טייטלבוים דומ"ץ סאטמאר ירושלים, נכדי כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א, אין נאך פילע רבנים חשובים ואנשי שם וואו באזונדער באריכטעט.


דערנאך איז דער גאנצער ציבור אריבער א לענגערע צייט שלום נעמען ביים רבי'ן, אויף א הפלא'דיגע סדר, אינמיטן איז אנגעקומען כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א, און דער רבי האט זיך געזעצט אויף א לחיים און פארפירט א שיינע שמועס.



Comments


bottom of page