top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

ביאגראפיע • כ"ק האד' מחוסט זכר צדיק לברכה

עודכן: 15 במאי 2024

מאנטאג תרומה כ"ט שבט ה'תשפ"ג


קול בחצרות - וירב בבת יהודה תאניה ואניה הונדערטער אידן טוען היינט באוויינען די שרעקליכע אבידה, מיט די הסתלקות פון האי גאון וצדיק חסידא ופרישא, הרב הצדיק רבי שמואל שמעלקא לייפער זצ"ל אדמו"ר מחוסט, ומגדולי האדמורי"ם בעיר ואם בישראל בארא פארק, וועלכער איז נעכטן נאכט נפטר געווארן אין עלטער פון אכט און זיבעציג יאר.

דער רבי זצ"ל איז געבוירן געווארן אין סאמע ברען פון די קריג'ס צייטן, אין שטאט בודאפעסט תש"ד, זייענדיג באהאלטן אין א קעלער, נישט צו ציען א אויג פון די בארבארישע רשעים וואס האבן ליידער צושטערט יעדעס ביסל אידישע מנוחה בימים ההם. נאכן קריג איז דער רבי אנגעקומען קיין אמעריקע צוזאמען מיט אביו הגדול דער חוסטער רבי הרה"ק ר' אהרן משה לייפער זצ"ל, א זון פון הרה"ק ר' ישראל יעקב מחוסט זי"ע, א זון פונעם הייליגן צדיק רבי מרדכי'לע פון נדבורנא זי"ע. זיין מאמע איז געווען א טאכטער פון הרה"ק ר' ברוך פינחס מסקאליע זי"ע, א אייניקל פונעם הייליגן בעל שם טוב הק' זי"ע, הרה"ק ר' יוסף מיאמפאלא זי"ע, הרה"ק ר' מיכלע זלאטשובער זי"ע, און הרה"ק בעל זרע קודש מראפשיץ זי"ע. אנקומענדיג קיין אמעריקע האט ער געוואוינט אין די בראנקס, שפעטער אלס בחור איז ער אריינגעגאנגען לערנען אין ישיבת חתן סופר, וואו ער איז געווען א תלמיד מובהק פון הגה"ק ממאטערסדארף זי"ע. שפעטער איז ער געגאנגען לערנען אין די בארימטע ישיבה בית מדרש עליון אין מאנסי, וואו ער איז געשטיגן העכער און העכער. כשהגיע לפרק האיש מקדש האט דער רבי חתונה געהאט מיט די חשובע רעבעצין, א טאכטער פון הרב החסיד ר' שלמה ברוך ריגלער ע"ה מחשובי חסידי באבוב, דער רבי האט געווארט אויף קינדער צוויי און צוואנציג יאר, און ביזדערווייל אויפגעצויגן א קינד אינדערהיים פונקט ווי א אייגענע. נאך צוויי און צוואנציג יאר איז געבוירן געווארן ביים רבי'ן זיין איינציגסטע קינד, א געראטענע טאכטער, פון וועם דער רבי האט זוכה געווען צו זעהן א שיינע און גליקליכע המשכת הדורות. אלס אינגערמאן האט דער רבי שוין אנגעהויבן מרביץ תורה זיין פאר בחורים, צען יאר האט ער פארגעלערנט שיעורים אין די גערער מתיבתא, און שפעטער אין יאר תשמ"ח האט ער געעפנט זיין אייגענע ישיבה, ישיבת תורת חסד, וואו דער רבי האט פארווירקליכט זיין ריינע שאיפה אריינצונעמען יעדע איינציגסטע בחור וואס האט אנגעקלאפט אינעם טיר פון די ישיבה. דער רבי האט קיינמאל נישט געקוקט אויף קיין כשרונות, און קיינמאל נישט אויפגעגעבן אויף א תלמיד, ער האט גערעדט און גערעדט און זוכה געווען אויפצוטאן גאר אסאך, אוועקצושטעלן דורות נאמנים להשם ולתורתו. אין די זעלבע צייט האט דער רבי געפירט א שטארקע מערכה קעגן די אלע ישיבות וואס קלויבן זיך מיט תלמידים, און לאזן די בינונים אליינס אויפן וואסער, אן וואס קיינער זאל זיך אומקוקן אויף זיי. פיר און צוואנציג שעה א טאג איז דער רבי געווען א איבערגעגעבענע ראש ישיבה, מיט א מורא'דיגע געטריישאפט פאר יעדן תלמיד. מן הבוקר עד הערב איז ער געווען אין ישיבה און געשמועסט מיט יעדן איינציגסטן תלמיד ווי א אייגן קינד. דער רבי פלעגט אפט פראווענען געהויבענע שבתים מיט די בחורים, און פרייטאג צונאכטס נאכן סעודה האט דער רבי געקענט פארברענגען מיט יעדן פערזענליך ביז אין די פארטאגס שעה'ן, אז מ'האט געטאנצן לעבדיג האט דער רבי זיך ארויסגעלאזט אין א טאנץ מיט יעדן בחור באזונדער. דער רבי איז געווען באקאנט ברוחב לבו הטוב, געטיילט צדקה אויף א מאסיווע פארנעם, ווען יעדע גבאי צדקה און משולח האט געוואוסט צו זאגן אז ביים חוסטער רבי באקומט מען א שיינע נדבה. דער רבי איז געועון באקאנט מיט זיין הארציגקייט און ווארעמקייט ביים דאווענען, ער פלעגט דאווענען פארן עמוד די תפילות ימים נוראים בהשתפכות הנפש, א בריך שמיה יעדן שבת אינדערפרי פאר קריאת התורה איז צוגעגאנגען באש להבה אויספועל'נדיג פילע ישועות ורפואות פאר יעדן, די שלש סעודות תורות און הונדערטער דרשות וואס דער רבי האט געזאגט איבער די גאנצע וועלט, זייענדיג מלהיב לבבות ישראל לאביהם שבשמים. דער רבי האט אוועקגעגעבן לאנגע שעות ארויסצוהעלפן אידישע קינדער, צו מיט שלום בית אדער אנדערע פראבלעמען, אלעס בלי תשלום גמול, נישט צו נהנה זיין פון צרות ישראל. די לעצטע פאר יאר איז ליידער געווען א בחינה פון שברי לוחות, דער רבי איז געווען זייער נישט געזונט, און נעכטן זונטאג אויפדערנאכט איז דער רבי נסתלק געווארן לגנזי מרומים לחיי העולם הבא. פילע אידן האבן זיך באטייליגט ביי די לוויה וואס איז פארגעקומען היינט אינדערפרי בהיכל בית מדרשו אין בארא פארק, שפעטער נאכמיטאג איז דער רבי געברענגט געווארן לקבורה אויפן נייעם בית החיים הר שלום אין שטאט מאנסי. דער רבי לאזט איבער די צוויי איידימער זיינע, חתנו חורגו הרה"ג ר' שמעון מרדכי יונגערווירטה שליט"א מרביץ תורה אין חוסטע בית המדרש אין בארא פארק, און זיין איידעם הרה"ג ר' דוד פאללאק שליט"א בן הגה"צ אבד"ק בראשוב שליט"א. זכר צדיק לברכה לחיי העולם הבא.

Comments


bottom of page