top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' מרארחמיסטריווקא דינט אלס סנדק ביי שמחת הברית פון אייניקל ביי האד' מלעלוב און אבד"ק ראחמיסטריווקא ביתר

זונטאג פ' אחרי קדושים • ו' אייר תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: JDN


פארגאנגענעם וואך האט כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א באשיינט און געדינט אלס סנדק ביי די שמחת הברית מילה פון א איר אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מלעלוב שליט"א, אן אייניקל ביי בנו הגדול הרה"צ רבי יואל זושא בידערמאן שליט"א רב חסידי לעלוב, בן הנולד ביי זיין איידעם הרב יעקב טווערסקי זון פון הגה"צ רבי מתתי' טווערסקי אבד"ק ראחמיסטריווקא ביתר, וואס איז פארגעקומען בבית מדרשו פונעם עלטער זיידן כ"ק אדמו"ר מלעלוב שליט"א אין בית שמש.


די רחמיסטריווקא רבי שליט"א איז מכובד געווארן מיט סנדקאות, עמידה לברכות, און ווען דערביי געזאגט די ברכה על המילה און געמאכט חיתוך, ברכות האט געזאגט די עלטער זיידע האדמו"ר מלעלוב, ויקרא שמו בישראל יהושע העשיל נאכן זיידן הרה"צ רבי יהושע העשיל טווערסקי זצ"ל מראחמיסטריווקא.


נאכן ברית האבן זיך די אדמורי"ם שליט"א געוואשן צום סעודת מצווה, ביי וועלכן מען האט אויפגעגעבן די מאכלים און געזינגען ניגוני שמחה. פאר איבער צוויי שעה האבן די רבי'ס פארברענגט אינאיינעם בדברי תורה וסיפורי צדיקים, און לאנג ארומגעשמועסט פונעם בעל ההילולא מרן הרה"ק מצאנז זי"ע. נאכן בענטשן האט די לעלובער רבי ארויסבאגלייט דעם רבי'ן שליט"א ביזן קאר ביותרת הכבוד.



bottom of page