top of page
קרית צאנז: האד' מצאנז איז מבקר חולה ביי האד' מוויזניץ בית שמש נאך אפעראציע
דינסטאג פ' ויצא • ה' כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש פארלאפענעם וואך האט כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א אפגעשטאט א באזוך ביי כ"ק אדמו"ר מוויזניץ בית שמש שליט"א אין זיין אכסניא נעבן קרית צאנז, וואו די וויזניצער רבי האט געוויילט אויף מנוחת הנפש נאך א לייכטע מעדיצינישע פראצעדור וואס די רבי איז אריבער די פארגאנגענע וואך. די רבי שליט"א האט דורש געווען בשלומו הטוב, און ארומגעשמועסט בנועם שיח איבער עניני רפואה און סיפורי צדיקים. נאכן באזוך האט די צאנזער רבי שליט"א געוואונטשן א רפואה שלימה און ד


חסידי באבוב קומען ארויס אין שטיצע ביי יערליכע מעמד כבוד התורה אין כולל זכרון חיים ד'באבוב
מאנטאג פ' ויצא • ד' כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש פארגאנגענעם ליל ששי איז פארגעקומען אין בארא פארק די יערליכע מעמד כבוד התורה אין די בארימטער כולל זכרון חיים ד'באבוב ווי באבובער חסידים זענען ארויסגעקומען מאנסווייז צו שטיצן די תורה אימפעריע פון די חשובע כולל מיט אירע הונדערטער לומדים און מערערע חבורות בכל מקצועות התורה. דער מעמד איז געווען אין שפיץ פון כ''ק אדמו''ר מבאבוב שליט''א וועלכער האט משמיע געווען דברות קודש לכבוד העם הנאספים, און דערנאך פארטיילט תעודות פאר קרוב צו הונדערט


מאסן תושבי בארא פארק מיטגעהאלטן שבת מרומם בצל כ"ק גאב"ד מאקאווא שליט"א נאך גאנצע צוואנציג יאר
מאנטאג פ' ויצא • ד' כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: JDN חסידים ואנשי מעשה תושבי עיר ואם בישראל בארא פארק האבן מיטגעלעבט א געהויבענעם שבת בצילו פונעם אורח הדגול פון ארץ הקודש האי גאון וצדיק כ"ק גאב"ד מאקאווא שליט"א וועלכער איז געקומען צופליען קיין ניו יארק אויף א באזוך לטובת מוסדותיו און האט דערביי אויסגענוצט די געלעגנהייט צו פראווענען א שבת אין שטאט בארא פארק נאך א צייט אפשניט פון איבער צוואנציג יאהר וואס די רבי האט נישט געפראוועט א שבת אין שטאט, זייענדיג א געלעגנהיי


הרה"צ ר' אהרן מענדיל טווערסקי שליט"א מסקווירא באזוכט בין כותלי הישיבה פון מתיבתא מאור יעקב סקווירא
מאנטאג פ' ויצא • ד' כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: איצי מ פארלאפענעם וואך איז הרה"צ ר' אהרן מענדיל טווערסקי שליט"א בנו הגדול פון כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א אנגעקומע אויף א באזוך אין די סקווירא מתיבתא 'מאור יעקב' וואס איז צייטווייליג סטאנציאנירט אין א געדינגענע לאקאל אין בלומינבורג, אויף ביזדערווייל ביז מען וועט באנייען דעם קרית הישיבה דחסידי סקווירא אין ניו ווינדסאר. הרה"צ רבי אהרן מענדיל שליט"א האט זיך ארומגעדרייט צווישן די טישן ביי די פארטאגס סדר און ארויסגעוויזן


ניחום אבלים ביי האד' מזידיטשויב פרעמיסלא נאך פריצייטיגע פטירה פון מחברתו הרבנית ע"ה | בילדער
מאנטאג פ' ויצא • ד' כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש


הערליכער שמחת בר מצוה פון נכד האד' מוויזניץ זון פון בנו הגדול אבד"ק קרית וויזניץ בני ברק פארגעקומען אין בארא פארק
זונטאג פ' ויצא • ג' כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: אברומי בערגער,JDN פארלאפענעם מיטוואך תולדות איז פארגעקומען אין בארא פארק די שמחת הבר מצוה פון הילד יניק וחכים משה יהושע האגער נ"י זון פון הגה"צ רבי חיים מאיר האגער אבד"ק קרית וויזניץ בנו הגדול פון מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א, און איידעם פון הגה"צ אב"ד נירבאטור שליט"א, די שמחה איז פארגעקומען אין די ספינקא זאל אין בארא פארק, וואו עס איז געווען א געלעגנהייט פאר'ן ציבור אין אמעריקא מיטצוהאלטן די שמחה הרוממה נאכן שמחת הבר


עולם החסידות אין טרויער מיט הסתלקות פון הגה"צ רבי ישראל אליעזר האגער זצ״ל אבד"ק סערט וויזניץ ירושלים
זונטאג פ' ויצא • ג' כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש מיט גרויס צער און ווייטאג ווערט אויפגענומען בעולם החסידות די בשורה לא טובה איבער די הסתלקות לשמי מרום פון רב האי גאון וצדיק חסידא ופרישא מפארי הרבנים שבירושלים, הגה"צ רבי ישראל אליעזר האגער זצ״ל אבד"ק סערט וויזניץ ירושלים, וועלכער איז יעצט נפטר געווארן אין עלטער פון דריי און זיבציג יאר. דער רב זצ"ל איז געבוירן חודש אב שנת תשי"ב אין שטאט חיפה אלס די צווייטער זון צו זיין פאטער הגה"צ רבי משה האגער זצ"ל ראש ישיבת סערט וויזניץ בעל ברכת


מעמד הכנסת ספר תורה צו ביהמ"ד וויזניץ אין סטעטן איילענד אין שפיץ פון האד' מוויזניץ בארא פארק
מוצאי שב"ק פ' תולדות • ב' כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: אייזיק י. ,JDN מעמד הכנסת ספר תורה צום ביהמ"ד חסידי וויזניץ אין סטעטן איילענד נדבת הרב מיכל פעפערקארן לע"נ בנו הילד חיים מנחם מענדל ע"ה, די מעמד איז געווען בראשות ובהשתתפות כ"ק אדמו"ר מוויזניץ בארא פארק שליט"א וועלכע האט מיטגעהאלטן די תהלוכת הספר און דערנאך אפגעראכטן די הקפות אין ביהמ"ד.


האד' מסלאנים באזוכט ביי הגאון ר' משה צדקה שליט"א; הייבט אויס שארפע שטעלונג פון חכמי הספרדים מיטן גזירת גיוס
דאנערשטאג פ' תולדות • כ"ט חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש כ"ק אדמו"ר מסלאנים שליט"א איז נעכטן אנגעקומען קיין ירושלים וואו די רבי האט באזוכט ביי הגאון הגדול רבי משה צדקה שליט"א מגדולי מנהיגי יהדות ספרד אלס השלמה נאך די שבעה פון זיינס א ברודער. אינעם שמועס האט די רבי שליט"א גאר שטארק משבח געווען דעם גאון איבער זיין שארפע שטעלונג מיטן גזירת גיוס בני הישיבות וואו ער האט זיך שוין עטליכע מאל אינעם עבר ארויסשטעלט בתוקף ועוז לקדש שם שמים, און משמיע געווען דעם אמת לעיני כל, בלי פחד ומורא. א


בר מצוה פון א אור אייניקל ביי האדמור"ים מאלכסנדר און קאפיטשניץ פארגעקומען אין שטאט קרית גת
מיטוואך פ' תולדות • כ"ח חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: JDN שמחת הבר מצוה פון א אור אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מקאפיטשניץ שליט"א, אייניקל פון בנו הגדול הרה"צ ר' אברהם יעקב פלינטנשטיין שליט"א, איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מאלכסנדר שליט"א, א זון פון זיין איידעם הרב יואל ראבינאוויטש שליט"א, זון פון כ"ק אדמו"ר מביאלא פשיסחא שליט"א, די שמחה איז פארגעקומען אין די זאל נר אברהם אין קרית גת.


האד' מסאסוב צוגאסט אויף שב"ק אין בארא פארק בקרב חסידיו | בילדער גאלעריע
מיטוואך פ' תולדות • כ"ח חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: JDN


אויסגאבע טישל • פרשת תולדות
מיטוואך פ' תולדות • כ"ח חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש


שפאנונג ביי תלמידי וחסידי קאשוי צום ערשטמאליגן שבת בצל הקודש פון האד' מקאשוי אין שטאט קרית יואל יצ"ו
דינסטאג פ' תולדות • כ"ז חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש מיט התלהבות און פרייד גרייטן זיך תושבי קרית יואל צום ערשטמאליגן "קאשוי שבת" אין שטאט קרית יואל, וואס וועט געפראוועט ווערן בראשות כ"ק אדמו"ר מקאשוי שליט"א, וועלכע וועט באשיינען דעם שבת מיט די געהויבענע תפילות ועריכת השולחנות, אויף א גייסטרייכן פארנעם, ווען הונדערטער תושבי קרית יואל, תלמידי וחסידי קאשוי, ובמיוחד די אברכים תלמידי יוצאי הישיבה, וועלן האבן די געלעגנהייט זיך מסתופף צו זיין בצל הקודש, און זיך אנשעפן פונעם באר מים חיי


האד' מסטאניסלאוו אויף א מעמד תפילת רבים ביים כותל המערבי נאך געהויבענעם שבת אין ירושלים
דינסטאג פ' תולדות • כ"ז חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שלומי טריכטער, JDN דעם מוצאי שבת נאכן געהויבענעם שבת וואס כ"ק אדמו"ר מסטאניסלאוו שליט"א האט געפראוועט אין עיה"ק ירושלים איז דער רבי אנגעקומען אויף א מעמד תפילת רבים ביים שריד בית מקדשינו די כותל המערבי וואו מען האט געזאגט ספר ראשון שבתהילים און נאך פרקי תהילים מיט תחינות ובקשות אויפן בנין בית המקדש. ביים פארלאזן דעם כותל האט די רבי באגעגענט המשפיע הגה"צ רבי אלימלך בידערמאן שליט"א מלעלוב.


מעמד פתיחת הזמן וקביעת מזוזה אין מתיבתא מאור יוסף סקווירא בראשות הרה"צ ר' חיים מאיר טווערסקי בן האד' מסקווירא
מאנטאג פ' תולדות • כ"ו חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: איצי מ.


עינו ולבו שם כל הימים: האד' מלעלוב איז מתפלל ביי די מקומות הקדושים אין ירושלים
מאנטאג פ' תולדות • כ"ו חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שלומי טריכטער,JDN כ"ק אדמו"ר מלעלוב שליט"א פון אמעריקא איז נעכטן זונטאג אויפדערנאכט אנגעקומען קיין עיה"ק ירושלים וואו די רבי איז ארומגעפארן צווישן די מקומות הקדושים מתפלל צו זיין לישועתן של ישראל. צום ערשט איז די רבי אנגעקומען צום שריד בית מקדשינו דער כותל המערבי וואו די רבי איז צום ערשט צוגעגאנגען צום כותל גופא און מתפלל געווען א תפילה חרישית בדביקות עילאה, דערנאך איז די רבי אריין אינעם בית מדרש ביים כותל, זיך א


שיינעם באזוך פון האד' מסקולען מאנסי אין גאנץ יאריגע תלמוד תורה אין מאנטיסעלא
מאנטאג פ' תולדות • כ"ו חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: JDN מיט א התרגשות דקדושה האבן די קינדער פון די גאנץ יאריגע ת''ת אין מאנטיסעלא געהאט די זכיה פאריגע וואך צו מקבל פנים זיין כ''ק אדמו''ר מסקולען מאנסי שליט"א, וואס האלט זיך די טעג אויף למנוחת הנפש אין די שכינות'דיגע סוואן לעיק געגענט און האט אויפן איינלאדענונג פון די הנהלת התלמוד תורה, באזוכט בין כותלי המוסד און משפיע געווען מאורו הבהיר פאר די טייערע צאן קדשים. א שיינעם מעמד קבלת פנים איז אפםגעהאלטן געווארן לכבודו


קיים את הילד הזה: שמחת הברית בחצרות הקודש טשערנאביל - קאסאן לעיקוואד - פארשעי
זונטאג פ' תולדות • כ"ה חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילער קרעדיט: אברומי בערגער,JDN שמחת הברית פון א אור אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מטשערנאביל שליט"א, אייניקל פון זיין איידעם הרה"צ ר' יהוסף יחזקאל ראטטענבערג שליט"א, זון פון כ"ק אדמו"ר מקאסאן לעיקוואד שליט"א, בן הנולד ביי זיין זון הרב משולם זוסיא ראטטענבערג שליט"א, איידעם ביי הגה"צ ר' פנחס שלום ראטטענבערג שליט"א, זון פון כ"ק אדמו"ר מפארשעי שליט"א, די שמחה איז פארגעקומען אין טשערנאבילער בית המדרש אין בארא פארק.


קרישקעס | אינטערסאנטע מערקווירדיגע נייעס פון די וואך בחצרות הקודש איבער די וועלט
דאנערשטאג פ' חי שרה • כ''ב חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש האדמו"ר מראחמיסטריווקא ביים אנקומען אין די נוארק לופטפעלד צו באשיינען די גרויסע שבת התאחדות "בצלו חמדתי" מיט די תלמידים ויוצאי ישיבת מאור עינים ראחמיסטריווקא, וואס קומט פאר דעם שבת אין די ארמון האטעל אין סטעמפארד קאנעקטיקוט. הגאון ר' יהודה תורגמן שליט"א מגדולי המקובלים אין ארה"ק באזוכט ביי האדמו"ר מסקאליע וואו עס איז פארצויגן געווארן א לענגערע שמועס בתורת הנסתר. חלוקת מעות דורך הרבני הנגיד ר' משה יעקב יוסף בראך הי"ו פאר די


הונדערטער אידן אנגעקומען קיין באפעלא צום הילולא פון הרה"ק רבי אליהו יוסף מליניץ זצוק"ל ערשטער רבי על אדמת אמעריקע
דאנערשטאג פ' חי שרה • כ''ב חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: אייזיק ג.


bottom of page

