top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

חסידי סקווירא אין לאנדאן האלטן מיט ימי אורה ביי באזוך פון הרה"צ ר' יצחק טווערסקי שליט"א בן האד' מסקווירא

  • Bechatzros admin
  • לפני יום 1
  • זמן קריאה 1 דקות

דינסטאג פ' וארא • כ"ד טבת | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: JDN

חסידי סקווירא אין עיר הבירה לאנדאן האבן מיט גרויס עקסטאז אויפגענומען דעם אורח הגדול הגה"צ רבי יצחק טווערסקי שליט"א בנו יקירו פון כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א, וועלכע איז אנגעקומען בשערי העיר לאנדאן אויף א ביקור הוד בשליחות הקודש פונעם מר אביו דער סקווערער רבי שליט"א, לחיזוק ולביסוס הקהלה והמוסדות פון חסידי סקווירא אין לאנדאן.


דער קלימאקס פון די געהויבענע ביקור כבוד איז געווען דעם שבת קודש פרשת ויחי, ווען עס איז אפגעראכטן געווארן א "שבת התכנסות" פאר כלל חסידי סקווירא אין לאנדאן בראשות דעם אורח הדגול שליט"א, עס איז געפראוועט געווארן אין א גרויסע האטעל אין די עשפארד געגענט אין קענט, צוויי שעה צו פארן פון לאנדאן, ווי דער שבת איז אפגעראכטן געווארן מיט גרויס דערהויבנקייט, און האט אריינגעבלאזן א גייסט פון קדושה און התרוממות פאר חסידי סקווירא תושבי לאנדאן.


אין די ארומיגע טעג בעפאר און נאך שבת, איז הרה"צ רבי יצחק שליט"א ארומגעגאנגען בתוככי הקהלה והמוסדות אין שטאט, זיך אומצוקוקן פון די נאנט אויף די געוואלדיגע בלי און וואוקס און הרמת קרן הקהלה והמוסדות, און דערביי איבערגעלאזט א רישומא דקדושה פאר אלע חסידי סקווירא יונג און אלט צוגלייך.


באזונדער האט דער גאסט אפגעשטאט א באזוך אינעם נייעם ישוב וועסטקליף, וואו עס האבן זיך ארויסגעצויגן א שיינעם צאל חסידי סקווירא, הרב יצחק האט דארט באזוכט אינעם שטאטישן תלמוד תורה און געווען אויף עטליכע קביעת מזוזות ביי די חסידים תושבי המקום.



תגובות


bottom of page