top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

ביקור כבוד פון הרה"צ ר' אברהם מרדכי אלתר שליט"א בנו הגדול פון האד' מגור אין מוסדות גור בארא פארק

  • Bechatzros admin
  • לפני 20 שעות
  • זמן קריאה 1 דקות

מיטוואך פ' וארא • כ"ה טבת | בחצרות הקודש

הרה"צ רבי אברהם מרדכי אלתר שליט"א, עלטסטער זון פון כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א, וועלכער איז געקומען צו פארן קיין ניו יארק בשליחות הקודש פון מרן אביו הגדול לחיזוק חסידי גור אין אמעריקע, איז נעכטן אנגעקומען אויף א באזוך אין די ישיבה קטנה דחסידי גור אין בארא פארק. עס זענען דארט געווען איינגעזאמלט הונדערטער פרחי החסידים, תלמידי תלמוד תורה "אמרי אמת" און די בחורי הישיבה קטנה, וועלכע האבן אפגעווארט דעם גאסט מיט גרויס כבוד. ביי די מסיבת לחיים און מעמד קבלת פנים, האט הרה"צ רבי אברהם מרדכי שליט"א פארטיילט מזונות און לחיים פאר די תלמידים, די קינדער האבן פארגעזונגען הארציגע גראמען לכבודו פונעם גאסט, און דערנאך האט מען געהאט די זכיה צו הערן מדברותיו און דברי ברכה. צום שלוס זענען די הונדערטער תלמידים אדורך שלום נעמען.



תגובות


bottom of page