ופרצת ימה וקדמה: חגיגת חנוכת הבית פאר נייעם ביהמ"ד דחסידי דושינסקיא אין שכונת רמה ג' בית שמש
- Bechatzros admin
- לפני 5 ימים
- זמן קריאה 1 דקות
דאנערשטאג פ' וארא • כ"ו טבת | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שלומי טריכטר,JDN
פארלאפאנעם מוצאי שבת ויחי נאכן שבת מרומם וואס כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א האט געפראוועט אין שטאט בית שמש האט דער רבי באשיינט דער מעמד "חנוכת הבית" רבתי פונעם נייעם בנין ביהמ"ד דושינסקיא אין שכונת רמה ג' צוזאמען מיט די סעודת יארצייט לזכרו של הגה"ח ר' שמואל שישא ז"ל מחשובי חברי הקהילה וואס די ביהמ"ד איז אויפגעשטעלט געווארן לשמו ולזכרו.
דער רבי האט אויפגעטרעטן מיט דברות קודש און דערנאך האט מען געהערט דרשות פון הגה"צ אבד"ק דושינסקיא בית שמש שליט"א און הרה"ג ר' יוסף ישראל אייזנבאך שליט"א דומ"ץ דושינסקיא רמה ג'. צום שלום פונעם מעמד האט דער רבי געשאנקן א מתנה פאר די חשובע נדיבים לבית משפ' שישא און האט זיך ארויסגעלאזט אין א ריקוד של שמחה לכבוד די פרייליכע מאורע.
















תגובות