תלמידי וחסידי פאפא אין ארה"ק מיטגעהאלטן ימי התעוררות והתעלות ביים באזוך פון הגה"צ אבד"ק פאפא מאנסי שליט"א
- Bechatzros admin
- 18 בינו׳
- זמן קריאה 3 דקות
מוצאי שבת קודש פ' וארא • כ"ח טבת | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: JDN
תלמידי וחסידי פאפא אין ארצינו הקדושה האבן מיטגעלעבט געהויבענע טעג במחיצתו פון הגה"צ רבי פנחס חיים גרינוואלד אבד"ק פאפא מאנסי בנו חביבו פון כ"ק אדמו"ר מפאפא שליט"א, וועלכער האט אפגעראכטן א געהויבענעם באזוך אין ארץ ישראל.
דער רב שליט"א איז אנגעקומען פרייטאג ערב שבת אין די פארטאגס שעהן און איז תיכף צוגעפארן קיין עיה"ק צפת און זיך געטוב'לט אין די מקוה האר"י ז"ל. דעם גאנצן שבת האט דער רב שליט"א אפגעראכטן בתוך קהל ועדה אין אתרא קדישא מירון אינאיינעם מיט א גרעסערע קבוצה תלמידי וחסידי פאפא פון ארץ הקודש. פרייטאג צונאכטס פאר קבלת שבת אינעם מערה האט דער רב שליט"א משמיע געווען דברי הכנה און מ'האט געזינגען ניגוני מירון און די פזמונים פון ל"ג בעומר. דער רב האט דערנאך געפראוועט די סעודה און די באטע לענגערע שעות נאכאנאנד בזמירות שירות ותשבחות לקל חי.
שבת אינדערפרי פארן דאווענען האט מען אויסגעזאגט גאנץ ספר תהילים אינעם מערה און דערנאך געדאוונט די תפילות היום מיט התרוממות הנפש. ביי שלש סעודות האט דער רב אויפגעטראטן מיט פייערדיגע דברי התעוררות כהכנה לימי השובבי"ם און מ'האט געזינגען ווארימע ניגוני דביקות ביז לענגערע שעות נאכן זמן צאת השבת.
נאך הבדלה האט דער רב שליט"א אנגעצינדן די מדורת אש אויפן דאך פונעם ציון הק' לכבוד התנא האלוקי רבי שמעון בר יוחאי און מ'איז זיך צוגאנגען אין פייערדיגע טענץ. דערנאך האט דער רב מתפלל געווען ביים ציון הק' און פארגעזאגט ספר רביעי שבתהילים מיט גרויס התעוררות.
זונטאג איז דער רב ארומגעפארן די מקומות הקדושים אין גליל, און צווישן אנדערע פוקד געווען דעם ציון התנא רבי יהודה בר אילאי, און ביי די ציונים הקדושים ביים אלטן בית עלמין אין צפת. ספעציעל האט געהערשט אן התעוררות ביים ציון פונעם חובת הלבבות וואס דער רב איז שטארק דבוק במשנתו און איז מפיץ דעם לימוד שער הבטחון. פון דארט איז מען אנגעקומען אויף א תפלה אין עמוקה ביים קבר התנא האלקי רבי ינותן בן עוזיאל וואס איז מסוגל פאר שידוכים, אינאיינעם מיט די בחורי החסידות וואס לערנען אין די ישיבות אין ארץ ישראל. דערנאך האט מען ממשיך געווען קיין טברי' צו די ציונים הקדושים פון התנא האלקי רבי מאיר בעל הנס, רבי עקיבא, דער רמח"ל און די תלמידי בעשטה"ק.
אויפן וועג צוריק פון גליל האט זיך דער רב אפגעשטעלט אין קרית אתא וואו ער האט באזוכט אין ישיבה מאקאווא וואס שטייט בנשיאות מורו ורבו כ"ק גאב"ד מאקאווא שליט"א און איבערגעגעבן א שמועס פאר די תלמידי הישיבה. דערנאך האט ער באזוכט ביי כ"ק גאב"ד מאקאווא שליט"א וועלכער האט אויפגענומען דעם גאסט מיט גרויס חביבות.
מעריב האט מען געדאווענט אין די נאסטאלגישע ביהמ"ד פון הרה"ק מבעלזא זי"ע אין תל אביב, ווי דער דיין הביהמ"ד הגאון רבי אברהם צבי דירנפעלד שליט"א האט מקבל פנים געועון דעם רב ביותרת הכבוד און ארומגעוויזן ארום דעם מעון הקודש. נאך מעריב האט דער רב אפגעראכטן א מסיבת לחיים און ארומגערעדט איבער די קדושת המקום פון דעם ארט.
מאנטאג האט דער רב געדאווענט שחרית ביים כותל המערבי און דערנאך מתפלל געווען ביי די מקומות הקדושים אין ירושלים, ביים הר הזיתים, קבר רחל און ביים ציון פון הרה"ק מבעלזא זי"עאויפן הר המנוחות.
ביינאכט איז פארגעקומען אן התוועדות רבתי פאר די בחורי החסידות פון ארץ ישראל אין שטוב פונעם ראש החבורה הרב ליפא ווידער אין ירושלים, ווי דער רב שליט"א האט משמיע געווען דברי פרידה און הדרכות ישרות בשליחת אביו כ"ק אדמו"ר מפאפא שליט"א. שפעטער ביינאכט האט דער רב באזוכט ביי כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א.
דינסטאג פארמיטאג נאכן דאווענען שחרית ביים כותל המערבי האט זיך דער רב שליט"א צוריקגעקערט למעונו אין מאנסי.


































תגובות