top of page


ותלמודו בידו: פייערליכע מעמד סיום סדר קדשים אין ראם פון חבורת זכרו שע"י ק"ק סאטמאר קרית יואל
פרייטאג פ' עקב • י"ז אב תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: י.שטיין טויזענטער תושבי קרית יואל לומדים ומסיימים סדר קדשים בחבורת זכרו תורת משה, האבן די וואך מאנטאג מיטגעהאלטן דעם פייערליכן "סיום סדר קדשים והתחלת מסכת נדה" וואס איז פארגעקומען אין די פראכטפולע "עטרת מלכה" חתונה זאלן בתוככי בנין גאלדבערגער החדש במעמד רבנן ותלמידיהון לומדים ומסיימים ועל צבאם דער נשיא ומייסד החבורה כ"ק מרן אדמו"ר מסאטמאר שליט"א. א הערליכער קאלירפולער בימת הכבוד איז געווען אויסגעשטעלט אויף די לענג פו


ביום השלישי: אריסטאקראטישע סעודת שלישי למילה בחצר בקודש סאדיגורא מיוחד פאר לומדי ומחזיקי תורה
פרייטאג פ' עקב • י"ז אב תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שוקי לרר דעם מיטוואך נאכט נאך מעריב איז כ"ק אדמו"ר מסאדיגורא שליט"א אריינגעקומען אין די פראכטפול באצירטע היכל הטישן וואס איז ספעציעל אויסגערישט געווארן לקראת די שמחת שלישי למילה פון די שמחת הברית לבן הנולד ביים רבי'ן שליט"א אינאיינעם מיט א אריסטאקראטישע מסיבת הכרת טוב פאר די נגידי החסידות, און באזונדער האט דער רבי געלאזט רופן צו די סעודת מצווה שתלמידי חכמים מסובין בה, די אינגעלייט פון די צוויי סאדיגורא כוללים אין ברא


תשעה באב בחצר הקודש מיאלען | בילדער גאלעריע
דאנערשטאג פ' עקב • ט"ז אב תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: JDN


שבת לה': הרה"צ ר' אהרן מענדל טווערסקי שליט"א וועט אפרעכטן געהויבענעם שבת פ' שופטים אין נייעם "קרית סקווירא"
דאנערשטאג פ' עקב • ט"ז אב תשפ"ו | בחצרות הקודש מיט גייסטרייכע געמיטער גרייטן זיך די צענדליגער גליקליכע תושבים אין די נייע אויפבליענדע קריה נאמנה "קרית סקווירא" אין בעטעל ניו יארק, מקבל פנים צו זיין אויף דעם קומענדיגן שב"ק פר' שופטים דעם אורח הדגול, הרה"צ ר' אהרן מענדל טווערסקי שליט"א בנו הגדול פונעם מייסד העיר כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א, וועלכער קומט צו פארן בשליחות קדשו פון מר אביו מאציל זיין מהודו און משפיע זיין בקרב העיר. דער חשוב'ער גאסט וועט צום ערשטן מאל זינט התייסדות ה


האד' מוויזניץ לאנדאן מיטגעהאלטן שבת בצל האד' מתולדות אברהם יצחק אין נייעם ישוב הר יונה
דאנערשטאג פ' עקב • ט"ז אב תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: JDN גאר געהויבן איז פאראיבער דעם פארגאנגענעם שבת אין הרי יונה, וואו כ"ק אדמו"ר מוויזניץ לאנדאן שליט"א האט געוויילט צוגאסט בצל הקודש פון כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א, מיט וועם דער רבי האלט אן א שטארקע ידידות און התקשרות, וואס גייט שוין צוריק לאנגע יארן. במשך דעם גאנצן שבת איז געווען א מחזה הוד, ווען ביידע אדמו"רים האבן ארויסגעוויזן אן אויסערגעווענליכע הערצה איינער צום אנדערן. דער וויזניצער רבי שליט"א וכל הנו


גרויסן ציבור ביי שמחת החתונה פון נכד האד' מקאפיטשניץ פארגעקומען אין עיר התורה והחסידות בני ברק
דאנערשטאג פ' עקב • ט"ז אב תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: יהודה ווייס,JDN ברנה וצהלה איז דעם זונטאג געפראוועט געווארן די שיינע רבי'שע חתונה אין עיר התורה והחסידות בני ברק, פון א חתן אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מקאפיטשניץ שליט"א, א זון פון זיין זון הרה"צ רבי נפתלי הירץ פלינטענשטיין שליט"א, יושב ראש מכון שפתי צדיקים, איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מסטרעטין זצ"ל, מיט די כלה א טאכטער פון הרה"צ רבי אברהם ענגלארד שליט"א, זון פון הגה"צ אבד"ק דאברא זצ"ל, און איידעם ביי הגה"צ רבי אהרן שפירא שלי
bottom of page
