top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

גרויסן ציבור ביי שמחת החתונה פון נכד האד' מקאפיטשניץ פארגעקומען אין עיר התורה והחסידות בני ברק

  • לפני 3 דקות
  • זמן קריאה 2 דקות

דאנערשטאג פ' עקב • ט"ז אב תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: יהודה ווייס,JDN

ברנה וצהלה איז דעם זונטאג געפראוועט געווארן די שיינע רבי'שע חתונה אין עיר התורה והחסידות בני ברק, פון א חתן אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מקאפיטשניץ שליט"א, א זון פון זיין זון הרה"צ רבי נפתלי הירץ פלינטענשטיין שליט"א, יושב ראש מכון שפתי צדיקים, איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מסטרעטין זצ"ל, מיט די כלה א טאכטער פון הרה"צ רבי אברהם ענגלארד שליט"א, זון פון הגה"צ אבד"ק דאברא זצ"ל, און איידעם ביי הגה"צ רבי אהרן שפירא שליט"א, גאב"ד פרדס כץ. די שמחה איז פארגעקומען אין די גני הדקל זאלן אין בני ברק בהשתתפות פילע חסידים, מעריצים, גוטע פריינט און קרובי המשפחה.


 ביי מעמד הקבלת פנים האט מען געזינגען א רייע ניגוני דביקות והתעוררות לבית רוזשין. דערנאך האט כ"ק אדמו"ר מקאפיטשניץ שליט"א אנגעטון פאר'ן חתן די היסטארישע ירושה גארטל פון זקינו הרה"ק רבי אברהם יעקב האדמו"ר הזקן מסאדיגורא זי"ע, ווי דער רבי איז ארויס מגדרו און מיטגעברענגט דעם גאר ווערטפולן חפץ צו די שמחה לכבודו פון נכדו חביבו, דער חתן שליט"א.


מיט סידור קידושין איז מכובד געווארן כ"ק אדמו"ר ממכנובקא בעלזא שליט"א, וואס דער חתן איז א תלמיד אין די מכנובקא בעלזא ישיבה אין בני ברק, און האט זוכה געווען צו געניסן פון א קרבה יתירה ביים רבי'ן במשך השנים. מיט קריאת הכתובה איז מכובד געווארן דער פעטער, הרה"ח ר' נחמן פויגל שליט"א, שוואגער פונעם זיידן דער קאפישניצער רבי שליט"א. די ברכות ראשונות זענען צוטיילט געווארן צווישן דער זיידע הגה"צ גאב"ד פרדס כץ שליט"א, דער פעטער כ"ק אדמו"ר מביאלא שליט"א, און כ"ק אדמו"ר מסטרעטין שליט"א פון אלטשטאט ירושלים. מיט ברכה אחריתא איז מכובד געווארן דער געהויבענער זיידע, כ"ק אדמו"ר מקאפישניץ שליט"א. נאכן חופה איז געווען א געלעגנהייט פאר אלע משתתפי השמחה דורכצוגיין וואונטשן מזל טוב פארן רבי'ן שליט"א און די מחותנים.


 במשך די סעודת החתונה האבן זיך משתתף געווען פילע אדמורי"ם ורבנים חשובים, ובראשם כ"ק אדמו"ר ממחנובקא בעלזא שליט"א, וועלכער איז צוריקגעקומען צו די סעודה און איז מכובד געווארן מיט ברכה אחריתא נאכן בענטשן, אזוי אויך האבן זיך אנגעזען האדמורי"ם מסלאנים, וואסלוי, שומרי אמונים, זוועהיל, זוטשקא, אנטאניא, ביאלא בני ברק, מיאלען, זידיטשוב, ראש ישיבת וויז'ניץ, ראש ישיבת סאטמאר בני ברק, אב"ד נוה יעקב, די קינדער פון האדמו"רים לבית רוזשין, די קינדער פון האדמו"ר ממחנובקא בעלזא, און נאך.


נאך ברכת המזון און שבע ברכות האט מען אנגעהויבן די מקובל'דיגע ניגוני דביקות וואס מען איז זיך נוהג צו זינגען בחצרות בית רוזשין אין די געהויבענע זמן פון מצוה טאנץ, און דאן איז דער זיידע כ"ק אדמו"ר מקאפיטשניץ שליט"א צוגעטרעטן צו די עבודת הריקודין לפני הכלה, ביי וועלכן דער רבי שליט"א האט כדרכו אראפגעלייגט זיין עבודה נשגבה, און דערנאך געטאנצן באזונדער מיט נכדו חביבו, דער חתן און די מחותנים, און אן עקסטערן ריקוד מיט די גאנצע משפחת המלוכה, קינדער, אייניקלעך און אור-אייניקלעך, זרע ברך ה'.



bottom of page