top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

ביום השלישי: אריסטאקראטישע סעודת שלישי למילה בחצר בקודש סאדיגורא מיוחד פאר לומדי ומחזיקי תורה

  • לפני 5 שעות
  • זמן קריאה 2 דקות

פרייטאג פ' עקב • י"ז אב תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שוקי לרר

דעם מיטוואך נאכט נאך מעריב איז כ"ק אדמו"ר מסאדיגורא שליט"א אריינגעקומען אין די פראכטפול באצירטע היכל הטישן וואס איז ספעציעל אויסגערישט געווארן לקראת די שמחת שלישי למילה פון די שמחת הברית לבן הנולד ביים רבי'ן שליט"א אינאיינעם מיט א אריסטאקראטישע מסיבת הכרת טוב פאר די נגידי החסידות, און באזונדער האט דער רבי געלאזט רופן צו די סעודת מצווה שתלמידי חכמים מסובין בה, די אינגעלייט פון די צוויי סאדיגורא כוללים אין בראכפעלד.


ווען די רבי שליט"א איז אריינגעקומען צום סעודה האט די עולם זיך געהויבן מיט ניגוני שבח והודיה און שמחה, נאכדעם וואס די רבי שליט"א האט זיך געוואשן צום סעודה האט אויפגעטרעטן הרה"צ ר' איטשע דוד אלתר שליט"א זון פון הרה"ק בעל פני מנחם מגור זי''ע וואס האט ארומגערעט איבער די גרויסקייט פון א סעודת שלישי למילה, און די השפעות וואס מען קען ארויסנעמען ביי אזא סעודה, במיוחד ביי א שמחה בבית צדיקים.די הויכפונקט איז געקומען ביי די דברות קודש פונעם רבי'ן שליט"א, וועלכער האט ארומגערעדט בגודל מעלת שלישי למילה, וואס דערמיט ווייזט מען פאר'ן אויבערשטן אז מ'פרייט זיך מיט זיינע מצוות טראץ דעם וואס דער רך הנימול איז שרוי בצער.


דער רבי האט אויך דערמאנט אז דער רך הנימול הייסט נאכן עלטער שווער, כ"ק אדמו"ר מאסטראוו קאלאשין זצ"ל, וועלכער איז געווען ספעציעל אויסגעצייכנט מיט זיין מדת השמחה אלע זיינע יארן און אין יעדן מצב. צום שלוס האט דער רבי געוואונטשן דעם רך הנימול ער זאל וואקסן בתורה, ויראת שמים און מדות טובות, און אנגעוואונטשן אלע משתפפים ביי די שמחה.


דערנאך, בעפאר ברכת המזון האט זיך די רבי אויפגעשטעלט אויף א ריקוד לכבוד די גרויסע שמחה און מיט דעם איז די גרויסע מעמד געקומען צום שלוס.



bottom of page