top of page


גדולי ישראל ביי מעמד חנוכת הבית פון נייע הויפט-אפיס פון 'עזרה ויעוץ' אין ירושלים צו ראטעווען בחורים און אברכים פון אלע קרייזן
דינסטאג פ' כי תצא • ה' אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש דער אויסדרוק הנה המלכים נועדו יחדיו איז נעכטן ווירקליך נתקיים געווארן ביים ערהאבענעם מעמד חנוכת הבית וקביעת מזוזות אין די נייע רחבות'דיגע הויפט-אפיס פון 'מרכז עזרה ויעוץ' אין עיר הקודש ירושלים, וואו די גדולי וצדיקי הדור מירושלים ומחוצה לה, אדמור"ים, ורבנים, חברי הבד"ץ און זקני ירושלים של מעלה האבן זיך מטריח געווען צו קומען פערזענליך מחזק זיין די מסירת נפש'דיגע מצילים אין שפיץ פונעם באגאבטן ראש המצילים הרה"ח ר' שמעון שישא שליט"א


קרית יואל: הערליכע ביקור נימוסין דורך האד' מבאבוב 45 ביי האד' מסאטמאר
דינסטאג פ' כי תצא • ה' אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: אייזיק ג כ"ק אדמו"ר מבאבוב 45 שליט"א, וועלכער האלט זיך די טעג אויף אין טשעסטער בגלילות קרית יואל אויף אפרוה, איז דעם זונטאג אויפדערנאכט אנגעקומען אויף א ביקור נימוסין בבית נאוה קדשו פון מרא דאתרא כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, וועלכער האט אנטפאנגען דעם רבי'ן מיט א שמחה גדולה. דער רבי שליט"א האט בראשית דבריו ארויסגעהויבן בשבח פונעם עיר גדולה לאלוקים קרית יואל, וואס איז א מקום תורה, עבודה, וגמילות חסדים, און דערביי איז


האד' מצאנז אנגעהויבן סדר קבלת קהל לקראת די ימי הרחמים והרצון אין עיה"ק צפת
דינסטאג פ' כי תצא • ה' אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: אלימלך גרסטל,JDN כמידי שנה בשנה האט כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א אנגעהויבן דעם סדר קבלת קהל לקראת די ימי הרחמים והרצון אין דעם מקום מסוגל, עיר הקודש צפת. זונטאג נאכט דער רבי איז אנגעקומען צום אלטן נאסטאלגישע צאנזער קלויז וואו עס זענען צום ערשט אריין אויף אן אסיפה די ראשי ועסקני הקהילה פון צפת וועלכע האבן איבערגעגעבן א דעטאלירטע באריכט איבער די הרחבת גבולי הקדושה אינערהאלב די קהילה אין שטאט. דערנאך האט דער רבי אויפגענו


הרב יהודה זשעראמי שליט"א הויפט רב פון איראן באזוכט ביי האד' מסאטמאר
דינסטאג פ' כי תצא • ה' אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש דעם ליל שישי איז דער הויפט רב פון איראן הרה"ג רבי יהודה זשעראמי שליט"א אנגעקומען אויף א באזוך אין די אכסניא פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א אין קרית יואל, אין באגלייטונג פון א דעלעגאציע חברי הנהלת "רב טוב", ביי וועלכן דער איראנער רב האט איבערגעגעבן א באריכט איבער זיינע פעולות פון הרבצת התורה פאר אחינו בני ישראל אין איראן. דער רבי שליט"א האט אים גאר ווארים אנטפאנגען, און זיך פאראינטרעסירט איבער דעם מצב פון אידן אין איראן, דער הויּ


געהויבענעם יומא אריכתא ראש חודש אלול בצל כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א אין די קעטסקיל בערג
דינסטאג פ' כי תצא • ה' אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: אברמי בערגער מיט גרויס התעוררות האבן אלפי חסידי באבוב געפראוועט דעם געהויבענעם טאג ר"ח אלול בצל הקודש פון כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א. דעם טאג ר"ח אלול איז ביי חסידי באבוב מאז ומקדם פון די געהויבענסטע זמנים אין יאר ווי מ'גרייט זיך מיט התרוממות הנפש צו די ימי הרחמים ורצון הממשמשים ובאים. לכבוד דעם גרויסן טאג זענען די הונדערטער תלמידי המוסדות פון מתיבתא עץ חיים, ישיבת כרם שלמה, ישיבת עטרת שלמה און ישיבת כרם ציון, אין


בראש המסובין: האד' מצאנז קלויזענבורג באשיינט ביים חתונה בבית מקורבו ואיש אמונו הנגיד ר' עזריאל טויבער הי"ו אין בני ברק
דינסטאג פ' כי תצא • ה' אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שוקי לרר נעכטן מאנטאג אוונט האט כ"ק אדמו"ר מצאנז קלויזענבורג שליט"א מופיע געווען בהדרת קדשו אין עיר התורה והחסידות בני ברק, צו באשיינען די חתונה פון אן אייניקל ביי מקורבו ואיש אמונו הנגיד החסיד ר' עזריאל טויבער הי"ו, די כלה א טאכטער פון זיין איידעם הרה"ג רבי נפתלי גלאנץ שליט"א רב דק"ק חסידים אלעד מיטן חתן א זון פון הרה"ג יצחק יעקב האפפמאן שליט"א ר"מ בישיבת מכנובקא בעלזא. די חתונה איז פארגעקומען אין די הדודאים זאל
bottom of page
