גדולי ישראל ביי מעמד חנוכת הבית פון נייע הויפט-אפיס פון 'עזרה ויעוץ' אין ירושלים צו ראטעווען בחורים און אברכים פון אלע קרייזן
- לפני 25 דקות
- זמן קריאה 3 דקות
דינסטאג פ' כי תצא • ה' אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש

דער אויסדרוק הנה המלכים נועדו יחדיו איז נעכטן ווירקליך נתקיים געווארן ביים ערהאבענעם מעמד חנוכת הבית וקביעת מזוזות אין די נייע רחבות'דיגע הויפט-אפיס פון 'מרכז עזרה ויעוץ' אין עיר הקודש ירושלים, וואו די גדולי וצדיקי הדור מירושלים ומחוצה לה, אדמור"ים, ורבנים, חברי הבד"ץ און זקני ירושלים של מעלה האבן זיך מטריח געווען צו קומען פערזענליך מחזק זיין די מסירת נפש'דיגע מצילים אין שפיץ פונעם באגאבטן ראש המצילים הרה"ח ר' שמעון שישא שליט"א, וועמענס אלע 24 שעות פונעם מעל"ע, זענען מוקדש למען הצלתן של ישראל מיט אן אומבאשרייבליכער מסירת הגוף והנפש אויף אן אויסטערלישן פארנעם.
זינט די ביטערע גזירת הגיוס איז אזוי שווער פארשארפט געווארן זענען די אפיסעס פון מרכז עזרה ויעוץ איבער גאנץ ארץ הקודש, אנגעשטרענגט טאג טעגליך, און מען ארבעט איבער די צייט און כוחות צו קענען נאכקומען די שווערע און קאמפליצירטע ארבעט, וועלכע האט זיך דראסטיש פארמערט בכמות ובאיכות.
ועל כולם, איז אבער דער מצב אינעם הויפט נערוו-צענטער פונעם מרכז, דער אלעמען באקאנטער הויפט-אפיס אין ירושלים עיה"ק, געווען אין א מצב וועלכע האט שוין פשוט נישט געקענט פארנעמען דעם מאסן שטראם פון בחורים און אינגעלייט, עלטערן און עסקנים פון אלע שיכטן און קרייזן, די שטופעניש איז געווען אויף אן אומדערטרעגליכן מצב, די לאנגע ליניעס אנצוקומען צו די מצילים האבן זיך געשלענגלט ביז אין די גאס ארויס ועד בכלל, און די עטליכע קליינטשיגע צימערלעך, זענען ווייט נישט גענוג געווען צו דערהייבן אזא אנלויפעניש מדי לילה בלילה.
נישט האבנדיג קיין צוויי ברירות זענען די געטרייע חברי הנהלת המרכז אין אמעריקא מיטן הילף פון די חכמי לב נדיבים בעם, אריינגעשפרינגען אין א גאר קאסטבארע פראיעקט אהערצושטעלן א פרישן אפיס רחבת ידים, א צוויי שטאקיגער לאקאל אויסגעשטאט צו קענען אויפנעמען די אלופי אלפי בחורי ואברכי ישראל וועלכע באלאגערן אירע טויערן צו נעמען יעוץ והדרכה זיך ארויסצוזען פון אונטער די נעגל פון די רשעי ישראל וועלכע ווילן זיי רח"ל אוועקנעמען מחיק אבינו שבשמים, דורכן זיי אריינשלעפן אינעם טמא'נעם מיליטער.
צווישן די גדולי ישראל וועלכער האבן באשיינט דעם מעמד חנוכת הבית וקביעת מזוזה האבן זיך אנגעזעהן: כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א, כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א, כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א, כ"ק אדמו"ר מפינסק קארלין שליט"א, כ"ק אדמו"ר מבוהוש שליט"א, כ"ק אדמו"ר ממשכנות הרועים שליט"א, המשפיע הגה"צ רבי צבי מאיר זילבערבערג שליט"א ראש חבורת נחלת יעקב.
די חברי הבית דין צדק העדה החרדית, הגאון הגדול רבי אברהם יצחק אולמאן שליט"א, הגאון הגדול רבי יודל פישער שליט"א, הגאון הגדול רבי יהושע ראזנבערגער שליט"א, הגאון הגדול רבי שמעון יצחק שלעזינגער שליט"א, הגאון הגדול רבי שמואל בראנדסדארפער שליט"א, הגאון הגדול רבי שלמה יהודה הירש שליט"א, הגאון הגדול רבי חיים אורי פריינד שליט"א, און הגאון הגדול רבי אהרן בראנדסדארפער שליט"א. ובמיוחד האט ארויסגעשיינט דעם חשוב'ן גאסט פון אמעריקע, הגה"צ רבי מאיר צוויבל שליט"א, מרבני ק"ק סאטמאר וויליאמסבורג, וועלכער איז געקומען צופארן בשליחות הקודש פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, וואס באגלייט די פעולות פונעם חשוב'ן מרכז אויף טריט און שריט, ועינו ולבו שם כל הימים.
עקסטער האבן זיך אנגעזעהן די פערזענליכע שליחים פון די גדולי האדמור"ים, אריינגערעכנט די קינדער פון האדמור"ים מוויזניץ, סלונים, קארלין סטאלין, סערט וויזניץ און נאך.
דער מעמד איז אנגעפירט געווארן בטוב טעם דורכן ספרא דדיינא אינעם בית דין הגדול שבירושלים הרב יצחק שלמה בלוי שליט"א, וועלכער האט איבערגעגעבן עדות נאמנה וואס ער האלט פערזענליך מיט פונדערנאנט, די אומערמידליכע פעולות הצלה דורך מרכז עזרה ויעוץ שע"י העדה החרדית, און בפרט דער אבי האסורים הר"ר שמעון שישא שליט"א, יו"ר, לטובת יעדער פארפלאנטערטע בחור אדער אינגערמאן אפגעזעהן צו וועלכן קרייז ער געהערט.
דערנאך איז געהערט געווארן דברי ברכה פון די שרי התורה חברי הבית דין צדק שליט"א וועלכע האבן געוואונטשן די חשוב'ע מצילי כלל ישראל, אז זיי זאלן ווייטער קענען שטיין על משמרתם משמרת הקודש, צו אפראטעווען די טויזנטער בחורים ואברכים מידי רשע.
צום שלוס פונעם מעמד זענען די גדולי ישראל ארומגעוויזן געווארן אין די נייע אפיסעס, צווישן די רחבות'דיגע ווארט-זאלן, און די נאנט צו צען פריוואטע צימערן, וואו עס וועלן בעז"ה קענען זיצן א רייע חשוב'ע מצילים אין די זעלבע צייט, און אזוי ארום פארשנעלערן די פעולות ההצלה.










































תגובות