top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

הרב יהודה זשעראמי שליט"א הויפט רב פון איראן באזוכט ביי האד' מסאטמאר

  • לפני 4 שעות
  • זמן קריאה 1 דקות

דינסטאג פ' כי תצא • ה' אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש

דעם ליל שישי איז דער הויפט רב פון איראן הרה"ג רבי יהודה זשעראמי שליט"א אנגעקומען אויף א באזוך אין די אכסניא פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א אין קרית יואל, אין באגלייטונג פון א דעלעגאציע חברי הנהלת "רב טוב", ביי וועלכן דער איראנער רב האט איבערגעגעבן א באריכט איבער זיינע פעולות פון הרבצת התורה פאר אחינו בני ישראל אין איראן.


דער רבי שליט"א האט אים גאר ווארים אנטפאנגען, און זיך פאראינטרעסירט איבער דעם מצב פון אידן אין איראן, דער הויּפט רב הרב זשעראמי שליט"א האט איבערגעגעבן זיין באריכט אין די לשון הקודש שפראך, ערקלערנדיג אז די פעולות פון הרבצת התורה גייען אן ווייטער אין די דריי שטעט: טעהראן, שיראז, און איספאהאן, וואו ער האט אויפגעשטעלט בתי מדרשים און מוסדות התורה. און טראץ די שווערע צייטן צוליב די מלחמה, גייט ווייטער אן די לימודים אין די מוסדות.


באזונדער האט דער הויפט רב אויסגעדרוקט זיין טיפע דאנקבארקייט פאר די פילפאכיגע פעולות וואס ווערן געפירט דורך די הנהלה פון "רב טוב" און דורך שר העסקנים ושתדלנים הרה"ח ר' משה דוד נידערמאן שליט"א, וועלכע שטייען כסדר צו הילף פאר די אידן אין איראן בשליחות פונעם סאטמארער רבי'ן שליט"א.


דער רבי שליט"א האט אויסגעהערט דעם באריכט מיט גרויס אינטרעסע, און מאציל געווען ברכות קדשו פארן רב און די עסקנים זאלן ווייטער קענען העלפן און ראטעווען אחינו בני ישראל, און באזונדער געוואונטשן פארן הויפט רב ער זאל ווייטער קענען אנגיין מיט זיינע פעולות פון הרבצת התורה אומגעשטערט.


תגובות


bottom of page