top of page


בכבוד'יגע באזוך דורך ראשון לציון הגאון רבי דוד יוסף שליט"א ביי כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א
דינסטאג פ' האזינו • כ"ה אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש א חשוב'ער באזוך איז נעכטן נאכמיטאג פארגעקומען בבית נאוה קודש פון כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א, דורך דער ראשון לציון הגאון רבי דוד יוסף שליט"א, וואס איז אנגעקומען אויף א קורצן בליץ באזוך אין ניו יארק. דער סקווערער רבי שליט"א האט אויפגענומען דעם גאסט בצהלת פנים, און נאך א קורצן שמועס האבן זיך די צוויי גדולי ישראל פארשפארט ביחידות פאר קרוב צו א שעה צייט, וואו זיי האבן דורכגעשמועסט פארשידענע ענינים העומדים על הפרק. דער רבי האט דערנא


לעצטע אנטוויקלונגען פון הדסה שפיטאל אנבאלאנגט מצב הבריאות ביי האדמור"ים מבעלזא און וויזניץ
דינסטאג פ' האזינו • כ"ה אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש עיני כל בית ישראל נשואות צו די הדסה שפיטאל אין ירושלים וואו די גדולי האדמו״רים, כ״ק אדמו״ר מבעלזא שליט״א און מרן אדמו״ר מוויזניץ שליט״א, זענען שפיטאליזירט די לעצטע טעג מיט כסדר'דיגע עליות און ירידות אין זייער מצב הבריאות. היינט דורכאויס דעם טאג איז מרן אדמו״ר מוויזניץ שליט״א ווידער אריינגעפארן אין שפיטאל, נאכדעם וואס דער רבי שליט״א איז אומגעפאלן במעון קדשו אין מושב אורה. נאכ׳ן אונטערזוכן דעם רבי׳ן האבן די דאקטוירים באשטימט אז


ככלות השבעה: הרב יחיאל יהושע ראבינאוויטש שליט"א געקרוינט אלס מ"מ אביו כ"ק אדמו"ר מביאלא אוסטרובא זצ"ל
דינסטאג פ' האזינו • כ"ה אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שלומי טריכטער שטייענדיג במלאות ימי השבעה נאך די טראגישע פטירה פון כ"ק אדמו"ר מביאלא אוסטרובא זצ"ל, טוען זיך די פילע חסידים, מעריצים, ומשכימים לפתחו טרייסטן מיט די שיינע המשכה וואס דער רבי זצ"ל האט איבערגעלאזט, ווען זיין לעצט פארבליבענער זון, הבחור כהלכה פרי עץ חיים הרב יחיאל יהושע ראבינאוויטש שליט"א, איז אויפגענומען געווארן אלס איש על העדה, צו ווייטער אנפירן דעם ביהמ"ד און הויף אויף די געהויבענע יסודות פון זיין


סליחות נאכט בחצר הקודש שומרי אמונים | בילדער גאלעריע
דינסטאג פ' האזינו • כ"ה אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: JDN


מוֹחֵל עֲווֹנוֹת עַמּוֹ • סליחות ראשונות אין דאראגער הויף
דינסטאג פ' האזינו • כ"ה אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שוקי לרר


פרייליכע הכנסת ספר תורה אין אתרא קדישא מירון אריינגעגעבן דורך בארימטער איש מירון הרב שרגא שניטצער שליט"א
דינסטאג פ' האזינו • כ"ה אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: דוד כהן מיט גרויס התרגשות האבן פילצאליגע אידן מיטגעהאלטן דעם גרויסן מעמד הכנסת ספר תורה אין אתרא קדישא מירון, פארן ספר תורה וואס איז דעם זונטאג, א' דסליחות הבעל"ט אריינגעגעבן געווארן צו די מערה מקום מנוחת קדשו פון התנא האלקי רבי שמעון בר יוחאי זי"ע. די ספר תורה איז געשריבן געווארן דורך דעם בארימטן איש חי ורב פעלים ומחי' נפשות רבות מישראל הרה"ח ר' שרגא שניטצער שליט"א באקאנט אלס "איש מירון", וועלכער איז שוין יארן
bottom of page
