top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

פרייליכע הכנסת ספר תורה אין אתרא קדישא מירון אריינגעגעבן דורך בארימטער איש מירון הרב שרגא שניטצער שליט"א

  • לפני 14 שעות
  • זמן קריאה 2 דקות

דינסטאג פ' האזינו • כ"ה אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: דוד כהן

מיט גרויס התרגשות האבן פילצאליגע אידן מיטגעהאלטן דעם גרויסן מעמד הכנסת ספר תורה אין אתרא קדישא מירון, פארן ספר תורה וואס איז דעם זונטאג, א' דסליחות הבעל"ט אריינגעגעבן געווארן צו די מערה מקום מנוחת קדשו פון התנא האלקי רבי שמעון בר יוחאי זי"ע.


די ספר תורה איז געשריבן געווארן דורך דעם בארימטן איש חי ורב פעלים ומחי' נפשות רבות מישראל הרה"ח ר' שרגא שניטצער שליט"א באקאנט אלס  "איש מירון", וועלכער איז שוין יארן לאנג עומד על המשמר, אנצופירן מיטן הכנסת אורחים "אהל הרשב"י" אינעם חצר פון די מערה, וואו טויזנטער אידן זענען כסדר נהנה במשך דעם יאר פון די מאכלים און משקאות וואס ווערט צוגעשטעלט מיט גרויס רחבות פאר די רבבות עולי מירון.


אצינד האט מען זיך מיטגעפריידט מיט די שמחה הגדולה פון הר"ר שרגא שליט"א, ביים גרויסן מעמד הכנסת ספר תורה, וואס איז געווען אן אייגנארטיגער איבערלעבעניש, א שמחה וואס קומט זעלטן פאר אין אתרא קדישא מירון, און איז געווען א געהויבענע געלעגענהייט פאר די טויזנטער אידן וואס האבן ביום א' דסליחות פוקד געווען דעם ציון הק' אין מירון, זיך מיטצופרייען ביי די שמחה הגדולה.


אין די פריע נאכמיטאג שעות איז פארגעקומען די סיום כתיבת האותיות אין די נייע ספר תורה אין שטוב פון הגה"צ רבי אליעזר שטערן שליט"א גאב"ד מירון, וואו די תושבי מירון און נאך רבנים חשובים זענען ארויפגעקומען אריינצושרייבן די לעצטע אוציות, ובראשם איז געווען כ"ק אדמו"ר מזוועהיל שליט"א און המשפיע הגה"צ רבי אלימלך בידערמאן שליט"א מלעלוב.


פון דארט איז די ספר תורה ארויסגעפירט געווארן בתופים ומחולות דורך די גאסן פון מירון, ביז צי די מערה פון התנא האלקי רבי שמעון בר יוחאי זי"ע ובנו התנא האלקי רבי אלעזר זי"ע, ערב די יומא דהילולא קדישא ביום כ"ה אלול וואו מען האט אפגעראכטן די ריקודין של שמחה לכבוד התורה ולכבוד ההילולא.


נאך'ן מעמד איז  אפגעראכטן געווארן די סעודה לגומרה של תורה ביי וועלכן מ'האט געוואונטשן די ווארעמע ברכות פאר דעם גרויסן בעל שמחה הר"ר שרגא שליט"א, צו קענען ממשיך זיין בעבודת הקודש להחיות נפשות רבבות מישראל.



תגובות


bottom of page