top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

ככלות השבעה: הרב יחיאל יהושע ראבינאוויטש שליט"א געקרוינט אלס מ"מ אביו כ"ק אדמו"ר מביאלא אוסטרובא זצ"ל

  • לפני 14 שעות
  • זמן קריאה 2 דקות

דינסטאג פ' האזינו • כ"ה אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שלומי טריכטער

שטייענדיג במלאות ימי השבעה נאך די טראגישע פטירה פון כ"ק אדמו"ר מביאלא אוסטרובא זצ"ל, טוען זיך די פילע חסידים, מעריצים, ומשכימים לפתחו טרייסטן מיט די שיינע המשכה וואס דער רבי זצ"ל האט איבערגעלאזט, ווען זיין לעצט פארבליבענער זון, הבחור כהלכה פרי עץ חיים הרב יחיאל יהושע ראבינאוויטש שליט"א, איז אויפגענומען געווארן אלס איש על העדה, צו ווייטער אנפירן דעם ביהמ"ד און הויף אויף די געהויבענע יסודות פון זיין גרויסן טאטן, און ממשיך זיין די עבודת הקודש פון מקרב זיין אידישע קינדער לאביהם שבשמים.


ווי באקאנט, איז דער רבי זצ"ל ליידער געווען א מדוכא ביסורים, און מיט בלויז א האלבן יאר צוריק האט ער פארלוירן זיין עלטסטן זון, יד ימינו הרב משה מרדכי ראבינאוויטש ז"ל, אין וועמען דער רבי האט געזעהן זיין המשכה לאחר מאה ועשרים. זינט די שרעקליכע אומגליק, האט דער רבי זיך אויסגעדריקט גדולות ונצורות אויף זיין צווייטן זון הרב יחיאל יהושע שליט"א, און מרמז געווען פאר זיינע נאנטע אז ער זאל ממשיך זיין די הנהגת העדה בבוא היום.


טאקע תיכף נאך די הסתלקות האבן האחים האדמור"ים מביאלא בני ברק און ביאלא בית שמש, סומך געווען ידיהם אויף דעם צווייגל, און אינאיינעם מטכס עצה געווען וויאזוי אוועקצושטעלן די ווייטערדיגע המשכה אלס שם ושארית פונעם ברודער. דורכאויס די שבעה האט דער גדול האחים, כ"ק אדמו"ר מביאלא בני ברק שליט"א, גענומען די הסכמה פון די חשובע אדמור"ים וועלכע זענען געקומען מנחם אבל זיין, אז דעם רבינס זון הרב יחיאל יהושע שליט"א זאל, טראץ זיין יונגן עלטער איבערנעמען די כתר האדמור"ות, וואס וועט זיכער זיין א נייחא לנשמתא פארן רבי'ן ז"ל בגנזי מרומים.


נעכטן, ביים עליה לציון ככלות השבעה אויפן הר הזיתים, האט דער ברודער, כ"ק אדמו"ר מביאלא בית שמש שליט"א, עמטליך מכתיר געווען הרב יחיאל יהושע ראבינאוויטש שליט"א אלס איש על העדה, צו ווייטער ממשיך זיין די הנהגה על מי מנוחות. דער רבי האט דערביי באטאנט די געוואלדיגע זכות אבות וואס ער פארמאגט, הן מצד אבותיו הקדושים צדיקי בית ביאלא ולמעב"ק, און הן מצד אמו, וואס רעכנט אריין די לעלובער גזע און נאך צדיקים וקדושים, און אים אנגעוואונטשן אז ער זאל קענען פועל'ן ישועות פאר אידישע קינדער און מרחיב זיין די גבולי הקדושה, און אז זיין גרויסער פאטער זאל אים שטיין צוהילף משמי מעל.


הרב יחיאל יהושע שליט"א איז געבוירן געווארן אין יאר תשנ"ו אלס בן זקונים צו זיין פאטער דער רבי זצ"ל און צו זיין מוטער ע"ה וואס איז געווען א טאכטער פון כ"ק אדמו"ר רבי אברהם שלמה מלעלוב זצוק"ל. אין זיינע בחורישע יארן האט ער זיך משלים געווען בתורה ובעבודה אין ישיבת שומרי אמונים און דערנאך אין די מירער ישיבה אין ירושלים, וואו ער האט זיך אויסגעצייכנט מיט זיינע געבענטשטע כשרונות און התמדה בתורה.


אין די לעצטע יארן איז ער געווען שטארק אריינגעטון אין די עבודת הקודש פון זיין פאטער, און האט פארמאגט א ליבליכן און נאנטן קשר מיט די פילע אידן, הקרובים והרחוקים, וואס האבן זיך געקלאמערט לאורו בהילו נרו עלי ראשינו.


אצינד, מיט די הסתלקות פון זיין גרויסן פאטער, האט ער ווי געזאגט גענומען אויף זיך דעם עול ההנהגה, אנצופירן דעם ביהמ"ד און שטיין אין שפיץ פוון די מוסדות הקירוב, נענטער צו ברעגנען אידישע קינדער לאביהם שבשמים, וואס איז געווען משאת נפשו הטהורה פונעם רבי'ן זצ"ל.



תגובות


bottom of page