top of page


וּבְחוּצוֹת יְרוּשָׁלַיִם: געהויבענער רבישע חתונה בחצרות סאדיגורא ירושלים - מודזיץ - בערטש
מאנטאג פ' וישלח • י''א כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: יוהשע פרוכטער ברגשי שמחה והתעלות האבן פילע חסידים מיטגעהאלטן די געהויבענע רבישע חתונה פון די כלה א טאכטער פון כ"ק אדמו"ר מסאדיגורא ירושלים שליט"א איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מבאסטאן שליט"א, מיט די חתן א זון פון הגה"צ ר' צבי אלימלך רוקח שליט"א אבד"ק בערטש פלעטבוש, איידעם ביי כ"ק אדמו"ר ממאדזיץ שליט"א פון פלעטבוש , וואס איז אפגעראכטן געווארן בשמחה וגיל וברוב פאר והדר אין די זאלן פון בניני האומה אין ירושלים. עס האט זיך א


גרויסן ציבור מיטגעהאלטן שמחת קישור החיתון פון החתן הרב שלמה שמחה הלברשטאם בן כ"ק אדמו"ר מצאנז זמיגראד זצ"ל
מאנטאג פ' וישלח • י''א כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שוקי לרר חסידי ואוהדי בית צאנז זמיגראד האבן זיך נעכטן מאנטאג געוואונטשן מזל טוב ביי די שמחת התנאים לרגל די שמחת קישור החיתון פון החתן הרב שלמה שמחה הלברשטאם זון פון כ"ק אדמו"ר מצאנז זמיגראד זצ"ל בעל ביכורי חיים, מיט די כלה א טאכטער פון הרה"ח ר' שמעון דוד משה קעניג הי"ו פון קרית צאנז, די שמחה איז פארגעקומען אין ביהמ"ד צאנז זמיגראד אין בני ברק, אין שפיץ פון כ"ק אדמו"ר מצאנז זמיגראד שליט"א העומד מצד אחיו החתן, און


ראשונה יסעו: ערשטמאליגע נסיעה למקומות הק' בראשות האד' מתולדות יהודה; שב"ק פ' יתרו, קבלת התורה אין ליזענסק
מאנטאג פ' וישלח • י''א כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש חסידי ומעריצי בית תולדות יהודה נעמען אויף מיט התרגשות'דיגע עקסטאז די היסטארישע נייעס מבית כ"ק אדמו"ר מתולדות יהודה שליט"א איבער אן ערשטמאליגע נסיעה למקומות הק' וואס דער רבי שליט"א וועט אונטערנעמען דעם קומענדיגן פר' יתרו, פוקד צו זיין ביי די קדושים אשר בארץ המה לענגאויס אייראפע, ווען אין הויכפונקט וועט דער רבי שליט"א מעריך זיין דעם שבת פר' יתרו, קבלת התורה, מלא קדושה ודביקות אין עיר הקודש ליזענסק. מיט די יעצטיגע נסיעה וועט דער ר


יגילו במלכם: אומבאשרייבליכע שמחה עילאה ביי חתונה הגדולה פון נכדת האד' מוויזניץ פארגעקומען אין מאנסי
דינסטאג פ' וישלח • י''ב כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: איצי מ. – א"א,JDN מיט אומבאשרייבליכע שמחה והתרוממות עילאה האבן פילע טויזנטער חסידי וויזניץ מיטגעלעבט די היסטארישע חתונה רוממה פון נכדת מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א, וואס איז געפראוועט געווארן אין שטאט מאנסי, ווען מ'האט זוכה געווען צום מלך ביפיו תחזינה עינינו, דער רועה נאמן עטרת תפארת ישראל, דער וויזניצער רבי שליט"א, איז מפאר על ראש שמחתו באנפין נהירין, קומענדיג ספעציעל צו פארן פון ארץ ישראל מאציל צו זיין מהודו והד


שיינע שידוך געשלאסן אין הויפן פון מאחנובקא בעלזא - שאץ - קארלין לעלוב - ספינקא
מאנטאג פ' וישלח • י''א כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש שמחת התנאים לרגל די שידוך שליסן פונעם חתן א אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר ממאחנובקא בעלזא שליט"א, א זון פון זיין איידעם הרה"צ ר' נפתלי צבי מאסקאוויטש שליט"א, זון פון כ"ק אדמו"ר משאץ שליט"א, מיט די כלה א טאכטער פון הרה"צ ר' שמעון ראזענפעלד שליט"א, זון פון כ"ק אדמו"ר מקארלין לעלוב זצ"ל, און איידעם ביי הגה"צ ר' יצחק אייזיק ווייס זצ"ל מספינקא, די שמחה איז פארגעקומען אין די זאלן פון בית מלכה אין בני ברק, אין שפיץ פון די חשובע זיידעס און מח


מעמד אדיר "כי בא אורך" לטובת בניית בית המדרש הגדול זוטשקא געשלאסן מיט אויסטערלישע סוקסעס
דינסטאג פ' וישלח • י''ב כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שוקי לרר א הערליכער מעמד נרגש איז פארגעקומען דעם מוצש"ק העעל"ט דורך הונדערטער חסידים, מעריצים ובאי חצר הקודש זוטשקא, ביים גראנדיעזן מעמד "כי בא אורך" לטובת די אויפבוי פונעם בנין בית המדרש הגדול בית זוטשקא אין בני ברק בנשיאות כ"ק אדמו"ר מזוטשקא שליט"א. דער מעמד איז פארגעקומען אינעם עלעגאנטן 'ווינישען' זאל אין פתח תקוה, וואס איז געווען פראכטפול דעקארירט און אהערגעשטעלט אויף זייער א רייכע שטייגער, לכבוד העם הנאספים
bottom of page


