top of page


אהבת קדומים: האד' מסאדיגורא באזוכט ביי האד' מסקולען
מיטוואך פ' וישלח • י''ג כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש כ״ק אדמו״ר מסאדיגורא שליט״א וואס איז אנגעקומען אויף א קורצן באזוך אין שטאט בארא פארק, האט נעכטן דינסטאג אוונט אפגעראכטן א ביקור נימוסין ביי כ״ק אדמו״ר מסקולען שליט״א וועלכע האט אויפגענומען דעם רבי'ן מיט א געוואלדיגן התרגשות, דער שמועס האט זיך פארצויגן איבער די קשר און דביקות פון צדיקי בית סקולען און סאדיגורא לדורותיהם, דערנאך האט דער סקולענער רבי אנגעהויבן דעם ניגון אור זרוע לצדיק און מכבד געווען מיט לחיים. נאכן באזוך האט די ר


געהויבענער באזוך פון האד' מסאטמאר אין לעיקוואוד להחזקת המוסדות
מיטוואך פ' וישלח • י''ג כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש תלמידי וחסידי סאטמאר אין דעם סאטמארן ישוב אין לעיקוואוד, האבן געהאט די זכי' צו מקבל זיין פני נשיא העדה כ"ק מרן אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, וועלכער האט אפגעשטאט א בליץ באזוך אין די קהלה ומוסדות הק' אין לעיקוואוד אויף לענגערע שעה'ן במשך פאריגן זונטאג וישלח העעל"ט. דער רבי שליט"א איז ארויסגעפארן באלד זונטאג אינדערפרי ממעון קדשו אין וויליאמסבורג, אנקומענדיג קיין לעיקוואוד איז דער רבי שליט"א צוגעפארן תיכף לבנין ביהמ"ד הגדול אין דעם היימ


האד' מוויען וועט פראווען שב"ק וישב און ערשטע טעג פון חנוכה אין ירושלים עיה"ק מיט די בחורי החסידות
מיטוואך פ' וישלח • י''ג כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש מטעם בית כ"ק אדמו"ר מוויען שליט"א איז נארוואס באשטעטיגט געווארן אז דער רבי שליט"א וועט אונטערנעמען א געהויבענעם באזוך קיין ארץ ישראל, אויף דעם קומענדיגן שב"ק פר' וישב, און פראווען א שבת מרומם און די ערשטע ליכטליך חנוכה אינאיינעם מיט די בחורי החסידות וואס לערנען אין די ישיבות אין ארץ ישראל. דער רבי שליט"א קומט צו פארן קיין ארץ ישראל לכבוד די יארצייט פון אמו הרבנית מסאבאטהעלי ע"ה וואס געפאלט אויס ערב חנוכה, דער רבי שליט"א וועט א


זכרתי ימים מקדם: הגאון רבי משה הלל הירש ראש ישיבת סלאבאדקע באזוכט ביי ידיד נעוריו האד' מנדבורנא בארא פארק
מיטוואך פ' וישלח • י''ג כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש ראש הישיבה הגאון הגדול רבי משה הלל הירש שליט"א וואס איז אנגעקומען אויף א באזוך אין שטאט בארא פארק לטובת די בארימטער סלאבאדקע ישיבה, האט נעכטן פארנאכטס אפגעשטאט א באזוך ביי ידיד נעוריו כ"ק אדמו"ר מנדבורנא שליט''א פון בארא פארק זקן צדיקי בית נדבורנא, ומשיירי תלמידי הגאון המפורסם רבי אהרן קאטלער זצ"ל ראש ישיבה ד'לעיקוואד. דאס ידידות צווישן דעם סלאבאדקע ראש הישיבה און די נאדווערנער רבי גייט צוריק 70 יאר ווען זיי האבן עטליכער יאר מ


מסובין בבני ברק: היסטארישער מעמד חנוכת הבית פארן בנין בית חינוך לבנות ד'סאטמאר אין בני ברק
מיטוואך פ' וישלח • י''ג כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש פארלאפענעם זונטאג ויצא העעל"ט נאכן דערהויבענעם שבת אין אתרא קדישא מירון איז כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א אנגעקומען קיין בני ברק און תיכף צוגעפארן צום בנין החדש בית חינוך לבנות 'בית פיגא" דחסידי סאטמאר וואס איז באנייעט געווארן ביים ביקור המרומם פון רבי'ן אין שטאט. די רבי האט זיך אומגעקוקט אויפן פראכטפולן בנין, דערנאך קובע געווען א מזוזה אויפן הויפט אריינגאנג און דערנאך ארומגעגאנגען זיך אומקוקן אויף אלע שטאקן. דערנאך איז פארגעקומע


שיינעם שבע ברכות צוגעשטעלט דורך האד' מבאסטאן לרגל נישואי נכדתו הכלה; טאכטער פון חתנו האד' מסאדיגורא ירושלים
מיטוואך פ' וישלח • י''ג כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: א. אייזנבאך
bottom of page


