מעמד לחיים רבתי לרגל הוצאה לאור פונעם ספר הק' "יושר דברי אמת" מיטן פירוש נפלא פון האד' מסאסוב
מיטוואך פ' האזינו • כ"ו אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש

בחצה"ק סאסוב איז דעם א' סליחות אפגעראכטן געווארן א מעמד לחיים רבתי לרגל די הוצאה לאור עולם דער נייעם ספר "יושר דברי אמת המבואר", מיט דעם פירוש נפלא פון כ"ק אדמו"ר מסאסוב שליט"א, וואס איז צוזאמענגעשטעלט געווארן פון די שיעורים וואס דער רבי שליט"א האט איבערגעגעבן במשך עטליכע יאר נאכאנאנד.
ווי באקאנט, איז דער ספר "יושר דברי אמת", וואס איז פארפאסט געווארן דורך הרה"ק רבי פייבוש מזבאריז זי"ע, א טיפער און שווערער לימוד וואס איז נישט גרינג צו פארשטיין. במשך די שיעורים האט דער סאסובער רבי שליט"א מסביר געווען די טיפע ענינים בטוב טעם און דאס צונומען במתק לשונו, אויף א קלארן און געשמאקן שפראך, השוה לכל נפש. אצינד איז דער גאנצער אוצר בלום פון שיעורים צונויפגענומען געווארן לפונדק אחד אין א הערליכע ספר, אויף אן אופן אז יעדער זאל קענען פארשטיין און לערנען די טיפע מאמרים פונעם צדיק.
דער ספר איז געווארן אויסגעארבעט דורך המשפיע הרה"ג רבי משה רויטמאן שליט"א, רב קהילת "בני היכלא" אין גבעת זאב.
דעם מוצאי שבת נאך די ערשטע סליחות בחצר הקודש סאסוב אין קרית ישמח משה איז פארגעקומען דער מעמד לחיים ברוב עם הדרת מלך, וואו דער רבי שליט"א מיט גרויס התרגשות ארומגערעדט איבער די גרויסע חשיבות פון לערנען דעם ספר יושר דברי אמת, וואס ווערט אצינד, דורך דעם נייעם פירוש, צוגענגליך פאר יעדן לומד.
די הוצאה לאור פונעם נייעפ ספר, רופט אויס א חדוותא דאורייתא צווישן די פילע חסידים און שומעי לקחו פונעם רבי'ן, אנהייבנדיג דערמיט א נייע פרייליכע עפאכע ווען די רייכע אוצר פון שיעורים נפלאים וואס דער רבי שליט"א טוט איבערגעגעבן במשך צענדליגער יארן בתורת החסידות ערשיינט צוביסלעך לאור עולם, דורך דער מכון "נועם אמרים" ד'חצר הקודש סאסוב.













תגובות