בכבוד'יגע באזוך דורך ראשון לציון הגאון רבי דוד יוסף שליט"א ביי כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א
- לפני 5 שעות
- זמן קריאה 1 דקות
דינסטאג פ' האזינו • כ"ה אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש

א חשוב'ער באזוך איז נעכטן נאכמיטאג פארגעקומען בבית נאוה קודש פון כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א, דורך דער ראשון לציון הגאון רבי דוד יוסף שליט"א, וואס איז אנגעקומען אויף א קורצן בליץ באזוך אין ניו יארק.
דער סקווערער רבי שליט"א האט אויפגענומען דעם גאסט בצהלת פנים, און נאך א קורצן שמועס האבן זיך די צוויי גדולי ישראל פארשפארט ביחידות פאר קרוב צו א שעה צייט, וואו זיי האבן דורכגעשמועסט פארשידענע ענינים העומדים על הפרק. דער רבי האט דערנאך מכבד געווען דעם גאון מיט פירות, אים אנגעוואונטשן ברכות לרוב, און אים ארויסבאגלייט ביותרת הכבוד.
נאכן באזוך ביים רבי'ן, איז דער ראשון לציון אנגעקומען אינעם נייעם בית המדרש הגדול אין שיכון סקווירא, וואו העסקן הרב שלום בער פישל הי"ו האט אים ארומגעוויזן דעם הערליכן היכל און די פארשידענע חלקים פונעם נייעם בית המדרש.
פון דארט איז ער צוגעפארן אויף א באזוך צום דיין הגה''צ רבי יוסף ישראל אייזנבערגער שליט"א, דומ"ץ שיכון סקווירא, וואו עס איז געשאפן געווארן א שיינע און תוכנ'דיגע שמועס איבער פארשידענע הלכה'דיגע שאלות און נושאים וואס מאכן זיך כסדר הלכה למעשה. דער דיין האט דערביי איבערגעגעבן פארן גאון שליט"א זיין נייע ספר איבער הלכה ורפואה לצום יום כיפור, און די צוויי האבן זיך געוואונטשן איינער דעם אנדערן צום נייעם יאר.
דערנאך איז דער ראשון לציון אנגעקומען אויף א באזוך אין שטוב פון העסקן הרב שלום בער פישל, וואו ער האט פארברענגט א קורצע וויילע, איידערן ארויסגעפארן צום עירפארט, אויפן וועג צוריק אהיים קיין ארץ ישראל.











תגובות