top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

הגה"צ ר' יואל טייטלבוים אב"ד בית ברוך בן האדמו"ר מסאטמאר קומט אן אויף באזוך אין שטאט מאנטרעאל

דאנערשטאג פ' ויקהל פקודי - כ"ג אדר תשפ"ג


קול בחצרות - אויף דעם שבת פרשת ויקה"פ-החודש וועט הגה"צ ר' יואל טייטלבוים שליט"א רב דביהמ"ד בית ברוך אין קרית יואל בן כ''ק האד' מסאטמאר שליט''א וויילן בקרב די סאטמאר קהילה אין מאנטריאל. דער רב שליט"א קומט אן אין שטאט מאנטרעאל לרגל דעם פייערליכן סיום מסכת נדרים במסגרת חבורת יסודי התורה וואס ווערט אצינד געענדיגט דורך די טויזנטער לומדים איבער דער וועלט.


דער רב שליט"א קומט אן דעם היינטיגן דאנערשטאג וואו ער וויילט אויף א דערהויבענעם שבת, פרייטאג נאכמיטאג וועט פארקומען א שיינער סדר לימוד פאר די בחורים וועלכע וועלן זיך צוזאמקומען אנדערטהאלבן שעה פארן זמן און נאכן סדר הלימוד וועלן די בחורים הערן א הערליכע דרשה פונעם רב שליט"א.


דער גרויסער סיום וועט געפראוועט ווערן ביים מעמד של"ס וואס וועט אפגעראכטן ווערן אויף א גרעסערן פארנעם ווי יעדע וואך ווען דער ציבור וועט זיך צוזאמקומען אין א פריערדיגע צייט צו קענען פראווענען דעם סיום מיט א פייערליכקייט.


ביים של"ס וועט געפראוועט ווערן דער סיום און דערנאך וועט מען הערן די צענטראלע דרשה פונעם רב שליט"א וועלכער וועט ארומרעדן איבער די געוואלדיגע שמחה מיטן גרויסן סיום און אזוי אויך ארומרעדן דברי הדרכה פארן ציבור חסידים.


מוצאי שבת וועט פארקומען א מלוה פאר די עלטערע אינגעלייט פון די קהילה וואו דער רב שליט"א וועט אויפטרעטן מיט דברי הדרכה בעניני חינוך.

Comments


bottom of page