top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

פרעכטיגער קידוש שם שמים אין ביהמ''ד הגדול גור ביים מעמד 'הנהיגם בתורה' בראשות גדולי ישראל

דינסטאג פ' ויקרא - כ"ח אדר תשפ"ג



קול בחצרות - טויזנטער חסידי גור זענען זיך נעכטן צוזאמגעקומען אין בית המדרש הגדול דחסידי גור ביים מעמד 'הנהיגם בתורה' מיטצולעבן א זעלטענעם און גייסטרייכן מעמד קידוש שם שמים, און גלייכצייטיג אפצוגעבן דעם פאסיגן כבוד התורה פאר די הונדערטער אינגעלייט אין בעלי בתים זקנים עם נערים וועלכע האבן זיך פארהערט אויף טויזנטער בלעטער גמרא בעל פה, אין ראם פון ארגון "תורתו" וואס איז פאראנטווארטליך צו פארשפרייטן די רעוואלוציע פון דער מהפכת ידיעת התורה צווישן דער אלגעמיינער ציבור חסידי גור.

ביים מעמד האבן זיך באטייליגט די טויזנטער חברי ארגון 'תורתו' אברכים, בעלי בתים און בחורי חמד וואס זענען געקומען מיטהאלטן דעם זעלטענעם מעמד. ווי אויך האט זיך אנגעזעהן א שיינעם קבוצה חסידים וועלכע זענען געקומען צו פארן מעבר לים אין אמעריקא אין אייראפע. דער גרויסער גערער ביהמ''ד מיט אלע אירע פליגלען זענען בליץ שנעל איבערגעפילט געווארן עד אפס מקום דורך די טויזנטער אידן וואס זענען געקומען מיטהאלטן די היסטארישע מאמענטן. אויפ'ן ריזן אויבן-אן פלאטפארמע זענען געזעצט געווארן די גדולי ישראל וגאוני הדור, ראשי ודייני העדה, ראשי הישיבות און מרביצי תורה, און אויף א ספעציעלע פלאטפארמע זענען געזיצן אויסגעשוהרט די הונדערטער יונגעלייט און בחורים וואס האבן זיך געשטעלט צום פארהער. א מחזה הוד האט זיך אפגעשפילט איידער די מעמד ווען אלע משתתפים האבן עוסק געווען בתורה אינאיינעם און געחאעזר'ט בלעטער מזומנים בעל פה. נאך א שטיק צייט האט מען זוכה געווען מקבל צו זיין פני כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א וועלכער איז ספעציעל געקומען מחזק זיין די לומדי תורה, די רבי אריינגעקומען אין באגלייטונג פון כ"ק אדמו"ר ממודזיץ שליט"א, און הגאון רבי חיים פיינשטיין ראש ישיבת עטרת שלמה, און האט מיטגעהאלטן דעם גאנצן מעמד מהחל ועד כלה, פאר העכער צוויי שעה, שעפנדיג נחת דקדושה פון די עמילות בתורה צווישן די חסידים. דער הויכפונקט פון דעם מעמד איז געווען דער פארהער, ווען די גדולי התורה האבן פארהערט די חשוב'ע חתני התורה וועלעכע זענען פארהערט געווארן דורך כ"ק אדמו"ר ממודזיץ שליט"א און הגאון רבי חיים פיינשטיין. שווערע שאלות פארווארפן פון פיל מסכתות הש"ס זענען געשטעלט געווארן פארנט פון די יונגעלייט און בחורים אויף וואס זיי האבן געענטפערט מיט א שטוינענדע קלארקייט, וואס האט באגייסטערט די גדולי ישראל אינאיינעם מיט די טויזנטער משתתפים. בשעת די פארהער איז כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א ארויס מגדרו אין געענפערט אויף דריי שאלות אין די מסכתות הש"ס, צום גרויס וואונדער אין איבעראשונג פון די פארזאמלטע נאכדעם וואס די רבי שליט''א ואבותיו הק' למעלה בקודש פלעג נישט ארויסווייזן זייערע ידיעות אין תורה בפרהסיא. דערנאך האבן די חשובע געסט כ"ק אדמו"ר ממודזיץ שליט"א און הגאון רבי חיים פיינשטיין אויפגעטרעטן און אייניג ארויסגעברענגט זייער התפעלות פון אזא ידיעת התורה און שטוינענדע שליטה אין די מסכתות הש"ס. בשעת'ן פארהער האט אויך אויפגעטרעטן מיט א פייערדיגע דרשה דעם רבינס זון הרה"צ ר' שלמה צבי אלתר שליט"א, ראש הכוללים דחסידי גור וועלכע שטייט אין שפיץ פונעם חשובן ארגון "תורתו" ארויסברענגנדיג די חשיבות פון דעם מפעל און די הארעוואניע פון די עמלי התורה, אין שטארק משבח געוועהן די טויזנטער חסידים כולם כאחד 'אחד המרבה ואחד הממעיט' זענען אנגעשלאסן אין די 'מזומנים' רעוואלוציע מיט א געוואלדיגע ידיעת התורה. דאן האט כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א איבערראשט די משתתפים און זעלבסט געבעטן אויפצוטרעטן מיט קורצע ברכת הקודש. דער רבי שליט"א האט אנגעוואונטשן די חשוב'ע לומדים מיט ברכות קדשו לרוב. נאך די פארהער איז פארגעקומען אן ערשטמאליגע אייגאנארטיגע מעמד סיום הש"ס ווען מען האט אויפגערופן צו די סיומים אויף יעדער מסכתא באזונדער איינער פון די הונדערטער לומדים וואס האבן זיך פארהערט אויף די מסכתא, ארויפצוקומען און מסיים זיין די מסכתא אין מוציא זיין אלע לומדים, בשעת ווען אלע לומדי המסכתא האבן זיך אויפגעשטעלט אין אינאיינעם מסיים געווען די מסכתא, אזוי האט זיך איבערגעשפליט די סיומיום איינמאל אין נאכאמאל, אין נאכן מסיים זיין גאנץ ש"ס האבן אלע לומדים אינאיינעם געזאגט די הדרן, און זיך ספאנטאניש ארויסגעלאזט אין א פייערדיגע ריקוד, ווי די רבי שליט"א האט זיך אויפגעשטעלט און געטאנצן פאר א שטיק צייט, און דאן געוואונטשן מזל טוב מיט גרויס קורת רוח און מאור פנים, ויענו כל הקהל אחריו אמן, די רבי האט פארלאזט דאס בית מדרש און די ציבור האט ממשיך געווען די ריקודים נשגבים פאר א לענגערע וויילע. ועוסקין בחדוותא דילי.





































bottom of page