דאנערשטאג פ' ויקרא - א' ניסן תשפ"ג
קול בחצרות - חסידי סקווירא די בכל אתר ואתר גרייט זיך מיט א רגש דקדושה צום פינף און פופציגסטע הילולא קדישא פונעם רועה נאמן, הרה"ק מסקווירא זכותו יגן עלינו, וואס געפאלט אויס היינט אויפדערנאכט ב' ניסן, און וועט אפגעצייכענט ווערן אין אלע סקווירא צענטערן איבער די גארער וועלט, מיט סעודות הילולא און דברי זכרון במשנתו של צדיק.
באזונדער גרייטן זיך חסידי סקווירא מיטצוהאלטן די געהויבענע יומא דהילולא בצל הקודש פון ממשיך דרכו, בנו יחידו ממלא מקומו כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א, וועלכער וועט אפרעכטן די געהויבענע טאג כנהוג מקדמת דנא מיט תורה ותפילה, עלי' לציון הק' און די צענטראלע יארצייט טיש ברוב עם הדרת מלך.
טראץ וואס די הילולא קדישא פאלט אויס אין א פרייטאג, וועט די צענטראלע יארצייט טיש פארקומען ווי געווענליך בעצם יומא דהילולא אין די נאכמיטאג שעה'ן, ווי עס איז געווען איינגעפירט ביי אדמור"י בית סקווירא לדורותיהם, נאר צוליב ערב שבת וועט די טיש זיין עטליכע שעה פריער ווי אין א געווענליכע יאר, צו קענען ענדיגן גענוג צייט בעפאר כניסת השבת.
היינט נאכט וועט דער רבי שליט"א אריינקומען אויף תפילת מעריב ברוב עם, א שטיק צייט נאך מעריב וועט דער רבי מסיים זיין די סדר משניות און זאגן די ערשטע קדיש כנהוג, נאכפאלגענדיג מיט א מסיבת לעקאך און לחיים, וואו אלע חסידים וועלן אריבערגיין ביים רבי'ן וואונטשן לחיים. כנהוג וועט דער רבי עוסק זיין דורכאויס די נאכט בלימוד משניות און אויפנעמען דעם ציבור חסידים לכבוד האי יומא דהילולא, און יעדע שטיק צייט וועט דער רבי ארויסקומען אינעם גרויסן שטוב בביתו נאוה קודש צו מאכן א סיום און זאגן א קדיש, וואס וועט ווערן מיטגעהאלטן דורך פילע חסידים.
מארגן פרייטאג אינדערפרי צען אזייגער וועט דער רבי אריינקומען אויף תפילת שחרית, דער רבי וועט דאווענען פארן עמוד לכבוד די יארצייט, און דערנאך וועלן די חסידים אריבערגיין וואונטשן לחיים. א קורצע צייט פאר חצות היום וועט דער רבי אנקומען צום ציון הק' אויפן בית החיים אין שיכון סקווירא, אין באגלייטונג פון הונדערטער חסידים, וואו דער רבי וועט מעתיר זיין לישועת הכלל והפרט און מאכן די הקפות כנהוג.
דריי אזייגער נאכמיטאג וועט דער רבי אריינקומען צום יארצייט טיש אינעם גרויסן שאטער אין שיכון סקווירא, מען וועט בענטשן פינף אזייגער נאכמיטאג, און די אלע חסידים וואס דארפן נאך צוריק אהיימפארן אין שטאט בעפאר שבת, וועלן האבן די זכות קדימה צו געבן לחיים פארן רבי'ן פריער, כדי נישט צוצוקומען צו א זלזול בכבוד שבת ח"ו.
נעכטן מיטוואך נאכט איז פארגעקומען א גרויסארטיגע מעמד "לבנים תזכור" אין ביהמ"ד הגדול אין שיכון סקווירא, וואו עס זענען זיך צוזאמגעקומען זקנים עם נערים עוסק זיין במשנתו פונעם בעל ההילולא, הרה"צ ר' אהרן מענדיל בנו הגדול פונעם רבי'ן האט אויפגעטרעטן מיט דברי זכרון, און אזוי אויך איז געהערט געווארן פאסיגע דרשות פון עטליכע רבנים אין די קהילה, אריינגערעכנט א שאלות ותשובות סעריע מיט דריי אייניקלעך פונעם רבי'ן וואס טראגן דעם נאמען "יעקב יוסף" נאכן בעל ההילולא.
פרייטאג אינדערפרי איידער די געהויבענע תפילת שחרית ביומא דהילולא קדישא, וועט פארקומען א ספעציעלע סדר לימוד פון צוויי שעה פארן דאווענען, וואו הונדערטער חסידים וועלן זיך גרייטן בהכנה דרבה לקראת די געהויבענע מעמדים.
ויושר יליצו בעדינו חיות אש.
Comentários