top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

שלושים יום קודם החג • הרה''צ רבי יעקב מאיר שכטר שליט''א ביי אפיית מצות אין בית שמש

דאנערשטאג פ' ויקרא - א' ניסן תשפ"ג



קול בחצרות - א זעלטענע מעמד איז נעכטן פארגעקומען בראשות הגה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א ממנהיגי ברסלב, ווען הגה"צ ר' יעקב מאיר איז פערזענליך געקומען באקן מצות אינאיינעם מיט די נגידים ותורמים און די נאנטע מקורבים לקראת דעם קומענדיגן יו''ט פסח הממשמש ובא.


די מעמד איז פארגעקומען אין א מצה בעקעריי נעבן די שטאט בית שמש, ווען די חשובע נדבנים האבן זוכה געווען צו אנטפאנגען הגה"צ ר' יעקב מאיר במלוא הדרו, א רייע מוזיקאנטן און כלי זמר האבן מהנה געווען בשירה וזמרה לכבוד די גרויסע מצווה, א מורא'דיגע התעוררות האט געהערשט ביים גאנצן ציבור, אין די צייט וואס הגה"צ ר' יעקב מאיר איז געזעסן על מקום קדשו אחוז בשרעפים, איינגעהילט אין א מורא'דיגע דביקות דורכאויס די גאנצע צייט.


מען האט געזינגען לעשות רצונך און ויהי נועם, און דאן איז מען צוגעטרעטן צום הויכפונקט, ווען הגה"צ ר' יעקב מאיר האט אריינגעגאסן די מעל און די וואסער, שפעטער איז ר' יעקב מאיר צוגעגאנגען צום רעדלען טישל, און עוסק געווען באפיית המצות א שטיק צייט.


דערנאך איז הגה"צ ר' יעקב מאיר צוגעגאנגען צום מצה אויוון, און אריינגעלייגט עטליכע מצות אין אויוון אריין. פאר עטליכע מינוט איז ער געשטאנען ביים אויוון אלס שיבער און אריינגעלייגט און ארויסגענומען די מצות. שפעטער איז ער צוריק אריין צום ציבור און זיך צוגעקוקט פונדערנאנט בעסק המצות.


ביים ענדיגן באקן די מצות, איז דער ציבור תומכים אריבער ביי הגה"צ ר' יעקב מאיר איבערגעבן קוויטלעך, וואו דער רב האט יעדן אנגעוואונטשן במאור פנים.



























Comments


bottom of page