דינסטאג פ' ויקרא - כ"ח אדר תשפ"ג
קרעדיט: בחצרותנו - באבוב 45
קול בחצרות - אין די יעצטיגע טעג ווערט פארשפרייט אן האר אויפשטעלנדע עפיזאד וואס האט זיך אפגעשפילט מיט איינער פון די חשובע חסידי באבוב-45 אין לעקוואוד.
די רעדע איז פון איינע פון די אנגזעהנע נגידים מתומכי המוסדות ומחשובי הקהלה אין לעקוואוד וואס האט פארלאפענע וואך מיטוואך חתונה געמאכט א קינד אין לעקוואוד און יענעם מיטוואך אינדערפרי האט ער זיך דערוועקט מיט שטארקע יסורים אויף זיין גאנצע גוף. ער איז אריבערגעגאנגען צו זיין לאקאלע דאקטאר וואס האט נאך עטליכע טעסטס באשטעטיגט אז ער ליידט אויף אן ערענסטע מחלה און מוז שוין אריינגעפירט ווערן אין שפיטאל און דרינגענד אפערירט ווערן. ער איז תיכף אריין אין שפיטאל און מען האט זיך געגרייט אויף די אפעראציע, די דאקטוירים האבן אים געווארנט אז אפילו נאך די אפעראציע איז עס אן ערענסטע מצב אין ער דארף נאך גרויס רחמי שמים. דער איד האט דאן גערופן זיך מזכיר זיין ביי מורו ורבו כ"ק אדמו"ר מבאבוב-45 שליט"א און נאכן הערן די פרטים האט אים די רבי שליט"א באפוילן ער זאל באלד פארלאזן דער שפיטאל און אהיימגיין צו די חתונה!" ער האט פארשטאנען אז די רבי האט נישט געהערט די פונקטליכע דעטאלן און ווי שווער זיין מצב איז, האט ער נאכאמאל מסביר געווען פארן רבין וואס די דאקטוירים זאגן, אויף וואס די רבי שליט"א האט ווידער רעאגירט מיט א שטארקקייט: ''הייב דיך אויף און גיי אהיים צו די חתונה, די דאקטוירים ווייסן נישט וואס זיי רעדן!!'' אזויווי ער האט געהערט די דברים מפורשים האט ער זיך אנגעהויבען בעטן ביי די שפיטאל באאמטע אהיימצוגיין זאגענדיג אז ער מאכט היינט חתונה אן אייגן קינד, אבער די שפיטאל פארוואלטונג האט נישט מסכים געווען בשום אופן צוליב זיין שווערע מצב. נאך עטליכע מאל זיך איינבעטן האבן די באאמטע אים נאכגעגעבען אהיימצוגיין צו די חתונה אבער מיט איין תנאי אז ער וועט זיך צוריקקערן אין שפיטאל ביז צוויי שעה - אויף ווען די אפעראציע איז געווען געפלאנט, אויך האט דער איד געדארפט אונטערשרייבן אז סיי וואס עס וועט נאר געשעהן צו אים אויסער די שפיטאל איז אויף זיין אייגענע אחריות.
אינמיטן די חתונה ווען עס איז אדורך די באשטימטע צייט און דער איד איז נישט צוריקגעגאנגען אין שפיטאל האבן די שפיטאל באאמטע אריינגעמישט גרעסערע עסקנים און ארגענזאציעס זיי איבערצייגן דעם איד צוריקצוקומען אין שפיטאל, אבער ער האט זיך נישט אוועקגערוקט פון זיין פעלזן פעסטע אמונת צדיקים און איז פארבליבן ביי די גאנצע חתונה פון זיין קינד פון אנהייב ביזן סוף.
צומארגנס איז דער איד צוריקגעגאנגען צום דאקטער צוליב זיינע ווייטאגן און נאכן איבערמאכן די טעסט האט זיך ארויסגעשטעלט אז די נעכטיגע טעסט איז געווען א פארדריסליכע טעות און עס איז געוועהן בלויז א קלייניגקייט וואס מען האט אויפן פלאץ מסדר געווען. ווי עס האט זיך ארויסגעשטעלט האט ער בסייעתא דשמיא אין אדאנק זיין אמונת צדיקים זיך געקענט באטייליגן ביי זיין קינדס חתונה ווי געהעריג, און נאכמער, האט דאס פארמיטן אן ערענסטע אפעראציע וואס האט בכלל נישט אויסגעפעלט ותוצאותיו מי ישורנה! ויאמינו בד' ובמשה עבדו!!
Comments