top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

"מרכז עזרה ויעוץ" עפנט פרישע אפיס אין עיר הישיבות 'אלעד' בברכתו פון האד' מסאטמאר

דינסטאג פ' ויקרא - כ"ח אדר תשפ"ג


קול בחצרות - דעם פארגאנגענעם וואך זענען די חשוב'ע עסקני 'מרכז עזרה ויעוץ' אין שפיץ פון הרה"ג רבי הירצקא צוויבל שליט"א ראה"כ סאטמאר-וויליאמסבורג ומרבני 'וועד משמרת חומותיך', אריין אל הקודש פנימה צו כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א אין קרית יואל, אפצונעמען ברכת הקודש לרגל ערעפענונג פונעם שפאגל נייעם מרכז עזרה ויעוץ אפיס וואס ווערט געעעפנט אינעם עיר הישיבות 'אלעד', נאכצוקומען דעם אויסטערלישן געברויך, פון די הונדערטער בחורים מכל קצוי ארץ ישראל, וועלכע קלאפן אן אויף די טויערן פונעם מרכז צו בעטן הילף אנבאלאנגט זייערע אנגעלעגנהייטן מיטן ציוני'סטישן מיליטער, ספעציעל זייענדיג א שטאט וואו עס זענען סטאנציאנירט מערערע ישיבות פון פארשידענע קהילות, און וועכנטליך זענען דארט פארהאן צענדליגער בחורים וועלכע דארפן אנקומען צו זאפארטיגע הילף.


לרגל דעם פריידיגן מאמענט, זענען די חשוב'ע עסקני המרכז, אין שפיץ פון הגה"צ רבי הירצקא צוויבל שליט"א, אריין אל הקודש פנימה צום סאטמאר רבין, איבערצוגעבן די אנוויקלונגען פארן רבי'ן ביי וועמען דער מרכז איז אזוי שטארק קרוב ללבו, און כסדר איז דער רבי דורש ומבקש איבער די אנטוויקלונגען אנבאלאנגט דעם מרכז בפרט, און איבערן מצב הגיוס בכלל. דער רבי האט מיט קענטיגע קורת רוח אויפגענומען די פריידיגע בשורה, און דערביי זיך שטארק נאכגעפרעגט איבער אלע פרטים ארום און ארום, הערנדיג דערביי פון די עסקנים איבער דעם באלדיגן געברויך, צו עפענען נאך אפיסעס ברחבי הארץ, און ווי נאר עס וועט זיין די נויטיגע פאנדן דערצו, וועט מען בעז"ה אריינשפרינגען דערין, וילכו מחיל אל חיל.


באזונדער האט דער רבי שליט"א זיך אריינגעלאזט אין א שמועס איבער דעם יעצטיגן מצב אנבאלאנגט די 'פטורים' פון די מיליטער, ווען אין די לעצטערע חדשים איז אנטשטאנען א שטארקער שינוי לטובה, און צוליב עטליכע אינצידענטן ווען עטליכע יוגנטליכע האבן זיך רח"ל גענומען דאס לעבן אין מיליטער ה"י, און די ארטיגע פרעסע האט באריכטעט אז זיי האבן בעפאר דעם פארלאנגט פאר פסיכאטארישע הילף וואס מען האט זיי נישט געגעבן . דאס האט אריינגעלייגט דאס מיליטער אונטער א גרויסן דרוק, און זיי האבן אנגעהויבן געבן 'פטורים' גאר גרינג און שנעל, ווען טייל בחורים דארפן ניטאמאל אראפגיין אין 'לשכת הגיוס', נאר ערהאלטן זייער 'פטור' בלויז דורכן טעלעפאון. דאן האט הרה"ג רבי הירצקא צוויבל אפגענומען ברכת קדשו פון רבי'ן שליט"א, לרגל זיין נסיעה קיין ארץ הקודש, וואו ער וועט באשיינען דעם מעמד 'חנוכת הבית וקביעת מזוזה', פאר די הערליך איבערפרישטע אפיסעס אינעם הויפט נערוו-צענטער פונעם מרכז, אין ירושלים עיה"ק. דער איבערפרישונג איז געקומען דערנאך וואס דער מרכז איז געשטאנען אין א גאר נאכגעלאזטער מצב, און למען כבוד הציבור, האט זיך קריטיש אויסגעפעלט א גענצליכער קאסטבארער רענאוואציע.


דער רבי האט מאציל געווען ברכת הקודש פאר אלע חשוב'ע עסקנים, זאגנדיג אז דאס ארויסהעלפן אידישע קינדער און עוסק זיין בצדקה וחסד וואס דאס איז דער פאסיגסטער הכנה צום יו"ט פסח הבא לקראתינו לשלום.

Comments


bottom of page