top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

ברוך הבא • האד' מוויז'ניץ בית שמש וועט אנקומען קיין ניו יארק צום יארצייט פון אביו

דינסטאג פ' ויקרא - כ"ח אדר תשפ"ג

בילד קרעדיט: שוקי לרר


היינט אויפדערנאכט וועט כ''ק האדמו''ר מוויז'ניץ בית שמש שליט''א מעריך זיין שולחנו הטהור לרגל די הילולא קדישא פון אביו הרה''ק בעל 'תורת מרדכי' מוויז'ניץ זכר צדיק לברכה בבית מדרשו במקום מושבו אין בית שמש, שפעטער באנאכט נאכן טיש וועט זיך די רבי ארויסלאזן קיין ניו יארק צום יארצייט, מארגן נאכמיטאג וועט די רבי פוקד זיין דעם ציון הק' אין מאנסי אין דערנאך אויפנעמען דעם ציבור אין שטוב פון הנגיד ר' פנחס ניימאן, פארנאכטס וועט די רבי פראווען די סעודת הילולא אינאיינעם מיט די ברידער האדמו''רים שליט''א אינעם ביהמ''ד הגדול וויז'ניץ אין מאנסי, אין לויף פון די וואך וועט זיך די רבי אויפהאלטן אין מאנסי, די אכסניא וועט זיין אין שטוב פון הנגיד ר' חיים מאיר ציג.


אויף שבת וועט די רבי וויילן אין די קעטסקיל בערג איאניינעם מיט א גראפע נדיבי עם אין די עסקני המוסדות פון ניו יארק.

bottom of page