top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

ביקור כבוד • עולם התורה אין ניו יארק גרייט זיך צו ענטפאנגען הגרב"מ אזרחי ראש ישיבת עטרת ישראל

מאנטאג פ' ויקהל פקודי • כ' אדר תשפ"ג | קול בחצרות


מיט כבוד אין הערצה גרייט זיך דער עולם התורה אין אמעריקא צו ענטפאנגען דעם חשובן אורח פון ארץ ישראל הגאון הגדול רבי ברוך מרדכי אזרחי שליט''א ראש ישיבת עטרת ישראל וועלכע וועט מארגן אונטערנעמען א מסע חיזוק קיין אמעריקא.


ווי די מקורבים צייכענען צו האט זיך דער ראש ישיבה לעצטענס אויסגעדריקט אז ווילאנג ער פארמאגט נאך א טראפ כח שפירט ער פאר א חוב ארויסצוגיין אין משפיע זיין אויף כלל ישראל בדברי מוסר מעורר צו זיין אידישע קינדער אין זיי נענטער ברענגען צום אייבישטן.


אצינד וועט דער ראש ישיבה טאקע אונטערנעמען דער נסיעה בטירחא דגופא ובטירחא דגברא רבא אין וועט ארומפארן צווישן די שטעט בארצות הגולה אין ניו יארק אין לאס אנגעלעס אין דערנאך צום ווייטן קאנאדא ווי ער וועט אויפטרעטן בהיכלי התורה והישיבות, אויך וועלן אפגעהאלטן ווערן א רייע עצרות הספד לזכרו פונעם שר התורה הגאון האדיר רבי חיים קנייבסקי זכר צדיק לברכה שטייענדיג נאכן ערשטן יארצייט להסתלקותו.

Comments


bottom of page