באריכט: הערליכע שבת יארצייט געפראוועט געווארן בחצר הקודש סקולען
- בחצרות הקודש

- 20 במרץ 2023
- זמן קריאה 2 דקות
מאנטאג פ' ויקרא - כ"ז אדר תשפ"ג

קול בחצרות - א געהויבענע שבת איז אריבער אויף הונדערטער חסידי ומעריצי בית סקולען, וועלכע האבן מיטגעהאלטן דעם היסטארישן שבת יארצייט, שבת החודש מברכים חודש ניסן, בעצם יומא דהילולא קדישא פון כ"ק אדמו"ר הרה"ק בעל מאור ישראל מסקולען זצ''ל, בצל הקודש פון בנו הגדול ממשיך דרכו בקודש ממלא מקומו כ"ק אדמו"ר מסקולען שליט"א.
פילצאליגע געסט זענען געקומען צו פארן פון אלע שטעט וויילן אויף דעם שבת יארצייט בצל הקודש, מטעם די וועד הכנסת אורחים איז צוגעשטעלט געווארן אש"ל מלא פאר אלע געסט, און די שבת'דיגע סעודות בהרחבה גדולה.
דורכאויס די גאנצע שבת האט זיך אנגעזעהן א ריזן ציבור, פיל מער ווי געווענליך, דער סקולענער רבי שליט"א האט יורד געווען לפני התיבה צו אלע תפילות, און געזאגט די קדישים לרגל די יארצייט.
ביי די דברות קודש סיי פרייטאג צונאכטס און סיי ביי שלש סעודות האט דער רבי שליט"א שטארק ארומגערעדט במשנתו של אביו דער רבי זצ"ל, די נקודות וואס ער האט פארלאנגט, און די אויסגעטראטענע וועג וואס ער האט איבערגעלאזט פאר די חסידים. אויך האט זיך משתתף געווען ביים טיש ליל שבת קודש דעם רבינ'ס מחותן כ"ק אדמו"ר מבורשטין שליט"א.
שבת אינדערפרי נאכן דאווענען האט דער רבי שליט"א געפראוועט די מיטאג טיש אינאיינעם מיט די פילצאליגע געסט, ביים סעודה איז געפייערט געווארן די סיום הש"ס וואס איז געלערנט געווארן דורך הרה"צ ר' אשר פריעדמאן שליט"א מנהל מוסדות נחמת ישראל, זון פון הגה"צ גאב"ד טענקא שליט"א, וועלכער האט מסיים געווען גאנץ ש"ס וואס ער האט געלערנט לזכר נשמתו הטהורה פון דודו הגדול דער רבי זצ"ל בעל ההילולא. ביים טיש האט זיך אויף משתתף געווען הגה"צ גאב"ד טענקא שליט"א וועלכער איז זיך געקומען מיטפרייען מיט די גרויסע שמחה בבית בנו, דער סקולענער רבי האט אויפגעטרעטן מיט דברות קודש, און ארויסגעברענגט רגשי לבבו זעענדיג די געוואלדיגע קורת רוח וואס דער טאטע זצ"ל זעט פון די חסידים, עס האבן אויך אויפגעטראטן מיט דברי זכרון הגה''צ רבי דוד לייב קלוגהאפט מסטרעליסק, חתנא דבי נשיאה פונעם בעל ההילולא אין הרה''צ רבי אהרן מאיר פורטוגאל בנו הגדול פונעם סקולענער רבין שליט''א.
נאכן סיום הש"ס האט דער רבי געזאגט קדיש, און מען האט זיך ארויסגעלאזט אין פייערדיגע ריקודים לכבוד התורה. ביי שלש סעודות האט זיך ווידער צוזאמגענומען א ריזן ציבור, און אזוי אויך ביים סעודת מלוה מלכה און סעודת הילולא קדישא, וואס האט זיך פארצויגן ביז קרוב לאור היום.
מוצאי שבת איז פארגעקומען דיסעודת הילולא רבתי ווי אלס נואם הכבוד האט אויפגעטראטן הרה''צ רבי מאיר דוד סעקלוא אב''ד כליל תפארת סקולען נכד בעל ההילולא.
זכר צדיק לברכה לחיי העולם הבא







תגובות