top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האדמו''ר מגור באזוכט אין תל אביב

דאנערשטאג פ' ויקהל פקודי - כ"ג אדר תשפ"ג


קול בחצרות - כ''ק האדמו''ר מגור שליט''א איז היינט פארמיטאג ארויסגעפארן קיין תל אביו לרגל די יארצייט פונעם שווער הגה''ח ר' מנחם מענדיל ווייץ ע''ה, דער רבי איז ארויף צום ציון אינאיינעם מיט די בני המשפחה אויפן בית החיים אין קרית שאול.


פון דארט איז דער רבי צוגעפארן אויף די יערליכע באזוך בהיכל ישיבת חידושי הרי''ם אין תל אביב ווי דער רבי האט אפגעראכטן א ענגע מסיבת לחיים אינאיינעם מיט די ראשי וצוות הישיבה לרגל די הילולא קדישא פון זקינו דער הייליגער חידושי הרי''ם וואס דער ישיבה איז נקראת על שמו, דערנאך איז דער רבי אריין בהיכל הישיבה אין זיך אומגעקוקט בשעתן סדר לימוד ווי די הונדערטער בחורים זיצן אין לערנען אין געשעפט גרויס קורת רוח ווי די בחורים זענען שקוע ראשם ורובם בתורה.


*


בילד: דער גערער רבי ביים ציון פון זיין שווער בשעת די קאראנע מגיפה בשנת תשפ''א


bottom of page