מאנטאג פ' ויקרא - כ"ז אדר תשפ"ג | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: יהשוע פרוכטר
געהויבענע שעה'ן פון התרוממות וחדוות הנפש זענען נעכטן פאריבער אויף טויזנטער חסידים ואנשי מעשה וואס האבן זיך מיטגעפרייט ביי די שמחה הגדולה בחצרות הקודש וויזניץ - וויען - גאלאנטא וואס איז געפראוועט געווארן בקול רינה וצהלה אין די זאל פון עטרת אברהם אין וויליאמסבורג.
עס איז געגאנגען אינטער די חופה א חתן אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מגאלאנטא שליט"א, בן לבנו הגה"צ ר' שלמה יעקב זיידא אייכענשטיין שליט"א אב"ד גאלאנטא, איידעם ביי הגה"צ גאב"ד דושינסקיא וויליאמסבורג זצ"ל, מיט די כלה אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מוויען שליט"א, בת לבנו הגדול הרה"צ ר' משה מרדכי כץ איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מויזניץ שליט"א, די שמחה איז באשיינט געווארן דורך די גרויסער זיידע'ס האדמו''רים שליט''א אין שפיץ פון די געהויבענע זיידע די וויזניצער רבי געקומען צו פארן פון ארץ הקודש לפאר על ראש שמחתו אין באגלייטונג פון הונדערטער חסידים.
ביים מעמד קבלת פנים האָט מען געזינגן ניגוני דביקות מיט גרויס התעוררות, מיט הערליכע דברי כיבושין האָט אויפגעטרעטן בדחנא דמלכא הרב משה שמואל ראזנבערג וועלכער האָט אַרויסגעברענגט דאָס גרויסקייט פון דעם מאָמענט, און אויסגערעכנט די גרויסע זיידעס, קדושי עליון שרפי מעלה וואָס קומען אַראָפּ פון גן עדן העליון, זיך משתתף צו זיין ביי די שמחה.
ביים מעמד החופה איז מכובד געווארן מיט סידור קידושין די זיידע כ"ק אדמו"ר מגאלאנטא שליט"א, קריאת הכתובה די עלטער פעטער כ"ק אדמו"ר מבורשטין שליט"א, ברכות ראשונות די זיידע כ"ק אדמו"ר מוויען שליט"א און ברכה אחריתא די זיידע כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א, נאכן חופה דערנאך האבן די זיידעס האדמורי"ם מוויזניץ גאלאנטא און וויען אנגעוויטשן דעם ציבור און מהאט זיך ארויסגעלאזט אין א מחול לצדיקים, וואָס האָט יעדן אַריינגעצויגן אין א שמחה'דיגע אַטמאָספערע.
ארום 10:30 זענען די זיידעס האדמורי"ם שליט"א ערשינען צום שמחת החתונה, דורכאויס די שמחה האבן זיך אנגעזעהן פילע אדמורי"ם ורבנים וועלעכע זענען געקומען וואונטשן מזל טוב פאר די געהויבענע זיידעס צווישן זיי די פעטער משני הצדדים כ"ק אדמו"ר מסערדעהאלי שליט"א, האדמורי"ם מוויזניץ וויליאמסבורג און וויזניץ בארא פארק, די מחותן כ"ק אדמו"ר מספינקא, האדמו"ר מספינקא מאנסי, קינדער פון האדמורי"ם מסאטמאר - סקווירא און וויזניץ מאנסי, הגה"צ רבי חיים מאיר האגער אב"ד קרית וויזניץ און נאך.
מיטן בענטשן איז מכובד געווארן פעטער מצד החתן הגה"צ אב"ד דושינסקיא בארא פארק, די ברכות זענען צוטיילט געווארן צווישן די קרובי המשפחה, ברכה אחריתא כ"ק אדמו"ר מטשערנאוויץ שליט"א.
נאכן בענטשן האט מען צוגעטרעטן צו די מעמד המצווה טאנץ, ערשט האט הרב בערל ראזענפעלד אויסגעריפן די זיידע כ"ק אדמו"ר מגאלאנטא, דערנאך האט ר' אליעזר זוסיא קיש אויסגערופן די זיידע כ"ק אדמו"ר מוויען, אין דאן האט בדחנא דמלכא ר' משה שמואל ראזנבערג אויסגעריפן דעם זיידן כ"ק אדמו"ר מוויזניץ צום מצווה טאנץ, מען האט געזינגען ניגוני התעוררות, און דאַן האט די רבי אָפּגעראָכטן די געהויבענע עבודה פון די ריקודין של מצוה, און האָט מיט א זעלטענעם התלהבות געטאַנצן לפני הכלה, וואָס האָט יעדן מיטגעצויגן מיט גרויס שמחה און התרגשות.
נאכן טאנצן מיט די חתן מחותנים און די זיידעס האדמורי"ם שליט"א, האט די רבי מכבד געווען די שוואגער הגה"צ אב"ד שטראסבורג און פלאמעניק הרה"צ רבי חיים מאיר טווערסקי בן כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א צו טאנצן מיטן חתן.
דאן זענען געטאנצן די צוויי מחותנים און דערנאך איז די חתן געטאנצן לפני הכלה, עס איז שוין געווען פינעף אזייגער פארטאגס ווען די שמחה האט זיך געשלאסן מיט גרויס דערהויבנקייט.
Comments