top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

שמחה און עקסטאז ווען ק''ק סאטמאר אין לינדען טרעט צו צום אויפבוי פון ביהמ''ד הגדול

זונטאג פ' ויקרא - כ"ו אדר תשפ"ג

קול בחצרות - אין די יעצטיגע טעג ווערט געמאלדן די פריידיגע בשורה איבערן אויפבוי פון א פרישע רינגעלע אין די קייט פון סאטמארע בתי מדרשים איבער די וועלט ווען מען גרייט זיך צום אויפבוי פונעם ביהמ''ד המפואר דחסידי סאטמאר אין לינדען. דער סאטמאר קהילה אין לינדען איז געגרינדעט געווארן מיט בלויז א יאר צוריק ווען כ"ק האד' מסאטמאר שליט"א האט ממנה געווען הרה"ג ר' אליעזר מרדכי סופר אלס רב הקהילה און איז געגאנגען מחיל אל חיל מיטן עפענען די סאטמארע מוסדות צום יעצטיגן זמן הלימודים ווען עס איז געעפנט געווארן די ת"ת און בית רחל וואס פיגורירן לשם ולתפארת. דער ביהמ"ד אין שטאט איז אצינד פלאצירט אין א צייטווייליגער לאקאל וואס האט שווער געקענט אקאמאדירן אלע חסידים תושבי העיר אויף די תפילות שב"ק ווען עס האט וועכנטליך געהערשט א שטארקער געדרענג ביי אלע תפילות. די עסקני הקהילה האבן זיך אריינגעלייגט צו טרעפן א פאסיגן שטח וואו עס זאל אויפגעבויט ווערן דער נייער ביהמ"ד וואס זאל זיין פאסיג צו דינען אלע געברויכן פון די קהילה. מיט עטליכע וואכן צוריק האבן די עסקנים געטראפן א גאר צוגעפאסטן שטח אין צענטער פון שטאט, בברכתו ועידודו פונעם רבין שליט"א איז מען אריין אין קאנטראקט אויפן שטח אין אצינד האט מען שוין אנגעהויבן די בוי ארבעט אויפן שטח ווען דער עקזיסטירנדער בנין איז אראפגעווארפן און דע גאנצער שטח שטייט ליידיג אין די צייט וואס די ארבעט אהערצושטעלן די פלענער פארן בנין גייען אן אויף א העפטיגן פארנעם. לויטן פלאן וועט דער בנין ענטהאלטן א פראכטפולע מקוה מיט צוויי גרויסע בורות, א פראכטפולע היכל התורה ווי אין אלע סאטמארע בתי מדרשים איבער די וועלט, א צאל לופטיגע חדרי התפילה און א ריזיגער היכל הביהמ"ד, דער ביהמ"ד וועט אויך פארמאגן א בית הוראה וואו דער רב שליט''א וועט זיצן להורות הדבר ה' זו הלכה פארן ציבור השואלים. פארגאנגענעם וואך איז פארגעקומען אן אייגענארטיגע מעמד אין לינדען, מיוחד בלויז צווישן די ארטיגע תושבים מחסידי סאטמאר, מיט די השתתפות פון ראשי הקהילה פון גרעיטער ניו יארק, לטובת דער בנין ביהמ"ד החדש, ווי ס'איז געשאפן געווארן דעם פאנטאסטישן סכום פון אריבער צוויי מיליאן דאללאר, וואס בערך העלפט דערפון - א מיליאן דאללאר - איז מנדבת לבם פון די אברכי הקהילה תושבי לינדען יצ"ו וועלכע האבן מנדב געווען און געקויפט זכותים אינעם נייעם בנין בית מקדש מעט.

די איבעריגע גרעסערע סכומים זענען נתנדב געווארן דורך די חשובע אישי הציבור הנגיד ר' מרדכי ווייס ובניו, אין הנגיד ר' אברהם בראך מראשי הקהילה.


bottom of page